אלף השני
דער אלף השני איז די צווייטע טויזנט יאר פון די וועלט באשאף, פון יאר אֶלֶף (טויזנט) ביז יאר א'תתקצ"ט (1999). די זענען בערך אין פּאראלעל צו די יארן 2761 ביז 1761 בצ"ר אינעם שפּעטערן גרעגאריאנישן קאלענדער.
די ערשטע צוויי טויזנט יאר איז, לויט דער גמרא, אן עפּאכע פון "תוהו" (וויסטעניש)[1]. די צווייטע טויזנט נעמט אריין די געבורטן פון די 11 דורות פון נח ביז אברהם, די דור המבול און די דור הפלגה.
לויט דער רמב"ן וואס זאגט אז די זעקס יאר-טויזנטער וואס די וועלט שטייט זענען אקעגן די זעקס טעג פון די וועלט באשאף, איז די אלף השני אקעגן דעם צווייטן טאג אין וועלכע האט ג-ט האט באשאפן די הימל וואס זאל אפּשיידן די אויבערשטע וואסערן פון די אונטערשטע; און אין דעם אלף "זענען נח און זיינע זין, די צדיקים, געווען אפּגעשיידט פון די רשעים וואס זענען פאר'משפּט געווארן דורך וואסער"[2].
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
ביי טייל פון די יארן דארף מען מעגליך צולייגן נאך איין צום חשבון, געוואנדן אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי הייבן זיך אן אדער ווען זיי זענען געענדיגט[3].
געשעענישן
- א'תקל"ו, י' חשון – עס ווערט באשטימט די גזירה פון דער מבול, וואס וועט פארקומען 120 יאר שפעטער[4]; נח הייבט אן בויען די תיבה[5]
- א'תתקמ"ח – נמרוד אנגעהויבן קעניגן, לויט איין מקור[6]
- א'תתקע"ג[7] – אברהם האט חתונה מיט שרה
- א'תתקצ"ה[8] – דור הפלגה; די שטעט חברון און סדום ווערן אויפגעבויט
- א'תרנ"א – נח הייבט אן בויען די תיבה, לויט איין שיטה[9]
- א'תרנ"ו[10], י"ז חשון לויט רבי אליעזר, י"ז אייר לויט רבי יהושע – אנגעהויבן דער מבול
- א'תרנ"ז[10], כ"ז חשון לויט רבי אליעזר, כ"ז אייר לויט רבי יהושע – די ערד אינגאנצן טרוקן, נאך דער מבול
- א'תשפ"ח – נמרוד אנגעהויבן קעניגן, לויט איין מקור[11]
געבוירן
- א'נ"ו – נח, דער זון פון למך און דער צענטער דור פון אדם הראשון
- א'תקנ"ו – יפת דער זון פון נח[12]
- א'תקנ"ז – חם דער זון פון נח[12]
- א'תקנ"ח – שם דער זון פון נח[12]
- א'תרנ"ח[10] – ארפכשד דער זון פון שם
- א'תרצ"ג – שלח דער זון פון ארפכשד
- א'תשכ"ג – עבר דער זון פון שלח
- א'תשנ"ז – פלג דער זון פון עבר
- א'תשפ"ז – רעו דער זון פון פלג
- א'תתי"ט – שרוג דער זון פון רעו
- א'תתמ"ט – נחור דער זון פון שרוג
- א'תתע"ח – תרח דער זון פון נחור
- א'תתק"ח – נמרוד, לויט איין שיטה[13]
- א'תתקמ"ח, י"ב[14] אדער ט"ו ניסן[15] לויט רבי יהושע, אין תשרי לויט רבי אליעזר – אברהם אבינו, דער זון פון תרח
- א'תתקנ"ו – לוט דער זון פון הרן[16]
- א'תתקנ"ז – מִלכה, די טאכטער פון הרן און די פרוי פון נחור אחי אברהם
- א'תתקנ"ח – שרה אמנו, די טאכטער פון הרן
נפטר געווארן
- א'מ"ב – שת, דער זון פון אדם הראשון
- א'ק"מ – אנוש דער זון פון שת
- א'רל"ה – קינן דער זון פון אנוש
- א'ר"צ – מהללאל דער זון פון קינן
- א'תכ"ב – ירד דער זון פון מהללאל
- א'תרנ"א – למך דער זון פון מתושלח
- א'תרנ"ו[10], י' חשון (א וואך בעפאר דער מבול) – מתושלח דער זון פון חנוך
- א'תרנ"ו[10] – קין דער זון פון אדם הראשון, לויט איין דעה[17]
- א'תתקצ"ה[8] – פלג דער זון פון עבר
- א'תתקצ"ז – נחור דער זון פון שרוג
צו ליינען מער
- אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, עמ' 14–19, תל אביב, תש"ג
- רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, אלף השני
רעפערענצן
- ↑ סנהדרין צז, א, עבודה זרה ט, א.
- ↑ רמב"ן בראשית ב, ג. זעט אויך רבנו בחיי און ריקאנטי דארט, מדרש רבי דויד הנגיד, שמות, עמ' 201-202.
- ↑ איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ רש"י, בראשית ו, ג
- ↑ רש"י, בראשית ו, יד. לויט אן אנדערע שיטה האט נח אנגעהויבן בויען די תיבה אין די לעצטע פינף יאר איידער דער מבול (ספר הישר, געברענגט אין סדר הדורות שנת אלף תרנ"ו).
- ↑ ספר הישר, פרשת נח. לויט א שיטה געברענגט אין סדר הדורות, שנת אלף תשפ"ח, האט ער שוין געקעניגט 120 יאר פריער.
- ↑ לויט ווי עס קומט אויס פון ילקוט שמעוני בראשית, רמז ע"ח. פון ספר הישר פרשת נח קומט אויס א'תתקצ"ח.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 8.0 8.1 לויט ווי אויסגערעכנט אין סדרי זמנים. אין סדר הדורות און אנדערע כראנאלאגיעס ווערט דערמאנט א'תתקצ"ו.
- ↑ ספר הישר, געברענגט אין סדר הדורות שנת אלף תרנ"ו. לויט אן אנדערע שיטה האט ער עס שוין אנגעהויבן בויען 120 יאר איידער דער מבול (רש"י, בראשית ו, יד).
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 10.0 10.1 10.2 10.3 10.4 חזקוני און אנדערע ראשונים אויף בראשית ח, בשם הר"ר יוסף מקיירון. לויט אנדערע איז דער מבול געווען א יאר שפעטער, נאך וואס עס זענען שוין אריבערגעגאנגען גאנצע א'תרנ"ו יאר פון אנהייב חשבון (חזקוני, בראשית ח, ג, בשם יש מפרשים; ריב"א, בראשית ח, ו, בשם רבינו שמחה מטרוייש; מושב זקנים, בראשית ז, יב).
- ↑ סדר דורות, שנת אלף תשפ"ח. לויט א צווייטע מקור איז ער הערשט געבוירן געווארן 120 יאר שפעטער (ספר הישר, פרשת תולדות), און אנגעהויבן קעניגן ביי די פערציג יאר (ספר הישר, פרשת נח).
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 12.0 12.1 12.2 רש"י, עבודה זרה ט, א, ד"ה הכי גרסינן. לויט אנדערע דעות איז דער סדר פון זייער עלטער געווען יפת שם און חם (רמב"ן, בראשית ו, י); אדער שם חם און יפת (רד"ק, בראשית ה, לב).
- ↑ ספר הישר, פרשת תולדות. לויט א שיטה געברענגט אין סדר הדורות, שנת אלף תשפ"ח, האט ער שוין געקעניגט 120 יאר פריער
- ↑ נחלת יעקב אויף רש"י, בראשית י"ח, א'
- ↑ גור אריה, בראשית יח, י
- ↑ ספר הישר, פרשת נח
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה י"ב; רמב"ן, בראשית ד, יז. לויט אן אנדערע דעה איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך למך בן מתושאל אין יאר ק"ל (מדרש תנחומא, בראשית י"א; רש"י, בראשית ד, כג).