רוי:מגדל בבל
מנדל בבל (טורעם פון בבל). אין חומש בראשית י"א ווערט דערציילט, אַז צוערשט האָבן אַלע מענטשן אויף דער ערד גערעדט איין שפּראַך. נאָר איינמאָל האָבן די מענטשן אָפּגעמאַכט ביי זיך צו בויען אַ שטאָט און אַ הויכן טורעם, ביז צום הימל, גאָט האָט דעריבער געמאכט אין די מענטשן אַ פאַרשידנקייט פון שפּראַכן, כדי איינער זאָל נישט פאַרשטיין וואָס דער צווייטער רעדט; זינט דעמאָלט האָבן זיי אויפגעהערט צו בויען די שטאָט און דעם טורעם. דעריבער האָט מען א נאָמען געגעבן די שטאָט בבל (צעמישעניש).
אין דער גמרא און מדרש (בראשית רבה פּרשת נ"ח) ווערט דער דור פון יענע מענטשן אָנגערופן "דור הפלגה" (דער דור פון פונאַנדערטיילונג, כי בימיו נפלגה הארץ, בראשית י') און עס ווערט געזאָגט וועגן זיי אז זיי זענען געווען גרויסע רשעים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!