רוי:היסטאריע
היסטאריע (פון גריכיש ἱστορία, היסטאריא, טייטש ,נאכפרעגן") אדער געשיכטע (אויף לשון קודש הייסט דאס דברי הימים) איז די שטודיע אדער סתם א דערציילונג איבער דעם מענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכטע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענע ביכער, צייטונגען און בריוו. די וואס שטודירן היסטאריע הייסן היסטאריקערס.
דער טערמין היסטאריע קען זיך אויך באציען צו די עפאכע אין די פארגאנגענהייט פון וועלכער מיר האבן רעקארדירטע שרייבונגען, אין קעגנזאץ צו די פרעהיסטארישע עפאכעס ווען די חכמה פון שרייבן איז נאך נישט געווען באקאנט.
אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג.
אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין די גייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין דער מאדערנער אקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין די סאציאל וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, איבערהויפט ווען דער פאקוס איז כראנאלאגיש.
געשיכטע קען אויך מיינען א מעשה וואס איז מער א דערציילונג פון אמאל אין די געשיכטע, ווי למשל מעשות וואס מען הערט וועגן פריערדיגע צייטן.
עטימאלאגיע
דאס ווארט היסטאריע שטאמט פון גריכיש ιστορία היסטאריא.
באשרייבונג
היסטאריקער שרייבן אין דעם קאנטעקסט פון זייער אייגענער צייט, און מיט פאסיגן איינזען צו די אקטועלע דאמינאנטע אידעען ווי אויסצושטייטשן די פארגאנגענהייט, און צומאל שרייבן צו פארזארגן אנלערנונגען פאר זייער אייגענער געזעלשאפט. אין די ווערטער פון בענעדעטא קראצע, "די גארע היסטאריע איז היינטצייטיקע היסטאריע".
אלע געשעענישן וואס ווערן געדענקט און פרעזערווירט אין עפעס אן אויטענטישער פארעם שטעלן צונויף דעם היסטארישן באריכט.[1] די אויפגאבע פון היסטארישע רייד איז צו אידענטיפיצירן די מקורות וואס קענען גאנץ ניצלעך ביישטייערן צו פראדוצירן אקוראטע באריכטן פון דער פארגאנגענהייט.
די שטודיע פון היסטאריע ווערט טיילמאל קלאסיפיצירט ווי א טייל פון גייסט וויסנשאפט און טיילמאל ווי א טייל פון סאציאל וויסנשאפט.[2] זי ווערט אויך געזען ווי א בריק צווישן יענע צוויי ברייטע געביטן, אריינברענגען מעטאדאלאגיעס פון אלע ביידע. טייל היסטאריקער זענען שטארקע שטיצער פון איינער אדער דער אנדערער קלאסיפיקאציע.[3] אין דעם 20סטן יארהונדערט האט דער פראנצויזישער היסטאריקער פערנאנד ברוידעל רעוואלוציאניזירט די שטודיע פון היסטאריע ווען ער האט געניצט פארשידענע דרויסנדיקע דיסציפלינען ווי עקאנאמיק, אנטראפאלאגיע און געאגראפיע אין דער שטודיע פון גלאבאלער היסטאריע.
היסטארישע מעטאדאלאגיע
היסטאריקער באניצן פארשידענע מקורות, איינשליסנדיק געשריבענע און געדרוקטע דאקומענטן, אינטערוויוס (בעל־פה היסטאריע) און ארכעאלאגיע.
דער היסטארישער מעטאד באשטייט פון טעכניקן און רעכטליניעס דורך וועלכע היסטאריקער באניצן ערשטיקע מקורות און אנדערע באווייזן צו פארשן און דערנאך שרייבן היסטאריע.[4] העראדאט (484 – בערך 425 פאר דער ציווילער רעכענונג) ווערט ברייט גערעכענט דער "פאטער פון היסטאריע". זיין מיטצייטלער טוקידידעס (בערך 460 – בערך 400 פאר דער ציווילער רעכענונג), אבער, ווערט פאררעכענט דער ערשטער מיט א צוגאנג צו היסטאריע מיט א גוט־אנטוויקלטן היסטאריע־מעטאד אין זיין ווערק די היסטאריע פון דער פעלאפאנעזישער מלחמה. טוקידידעס, אנדערש פון העראדאט, האט געהאלטן אז היסטאריע איז דער פראדוקט פון די אויסקלויבן און אקציעס פון מענטשן, און האט געקוקט אויף גורם און עפעקט, נישט סתם דער אויסקום פון הימלישן אינטערווענץ.[4] אין זיין היסטאריע־מעטאד, האט טוקידידעס אונטערשטריכן כראנאלאגיע, א נייטראלן קוק־פונקט, און אז די מענטשליכער וועלט איז די אויסקום פון די פעולות פון מענטשן. גריכישע היסטאריקער האבן אויך געקוקט אויף היסטאריע ווי ציקליש, אז געשעענישן קומען צוריק מיט א סדר.[5]
אין דער הקדמה צו זיין בוך די מוקאדימאה (1377), ווארענט דער אראבישער היסטאריקער איבן כאלדון וועגן זיבן גרייזן וואס ער האט געהאלטן אז היסטאריקער מאכן כסדר. אין דעם קריטיק האט ער א צוגאנג צו דער פארגאנגענהייט ווי מאדנע און וואס מען דארף אויסטייטשן. די אריגינעלקייט פון איבן כאלדון איז געווען צו טענה'ן אז די קולטורעלע אונטערשייד פון אן אנדער תקופה מוז חל זיין אויף דער אפשאצונג פון רעלעוואנטן היסטארישן מאטריאל, כדי אונטערשיידן די פרינציפן לויט וואס ס'איז מעגלעך צו פרואוון די אפשאצונג, און אויך צו שפירן די נויט פאר דערפארונג צוזאמן מיט ראציאנאלע פרינציפן, כדי אפצושאצן א קולטור פון דער פארגאנגענהייט. דערפאר האט איבן כאלדון איינגעפירט א וויסנשאפטליכן מעטאד צו דער שטודיע פון היסטאריע, וואס ער האט אפטמאל גערופן זיין "נייע וויסנשאפט".[6] זיין היסטארישער מעטאד האט אויך געלייגט די יסודות פאר דער אבזערוואציע פון דער ראלע פון קאמוניקאציע, פראפאגאנדע און סיסטעמישן פאראורטל אין היסטאריע,[7] און ער ווערט דעריבער גערעכנט דער "פאטער פון היסטאריאגראפיע"[8][9] אדער דער "פאטער פון דער פילאזאפיע פון היסטאריע".[10]
אין דער מערב־וועלט, האבן היסטאריקער אנטוויקלט מאדערנע מעטאדן פון היסטאריאגראפיע אין די 17טן און 18טן יארהונדערטער, בפרט אין פראנקרייך און דייטשלאנד. דער 19טער־יארהונדערט היסטאריקער מיטן גרעסטן איינפלוס אויף מעטאדן איז געווען לעאפאלד פאן ראנקע אין דייטשלאנד.
געביטן פון היסטאריע
תקופות
אפטמאל פאקוסירט היסטארישע שטודיע אויף געשעענישן און אנטוויקלונגען וואס האבן פאסירט אין געוויסע תקופות. היסטאריקער געבן נעמען צו די דאזיקע תקופות כדי צו דערמעגליכן היסטאריקער צו קענען ניצן "ארגאניזירן אידעען און קלאסיפיקאציע גענעראליזאציעס.[11] די נעמען וואס מען גיט צו א תקופה קענען ענדערן לויט דער געאגראפישער לאקאציע, ווי אויך די גענויע דאטומען ווען א געוויסע תקופה הייבט זיך אן און לאזט זיך אויס. יארהונדערטער און יארצענדלינגער זענען אפט־געניצטע תקופות, און די צייט וואס זיי באדייטן ווענדט זיך אויף וועלכער קאלענדאר סיסטעם מען ניצט. מערסטנס זענען די תקופות קאנסטרוקטירט למפרע און זענען אפהענגיק אין אפשאצונגען וועגן דער פארגאנגענהייט. ווי מען שטעלט אויף די תקופות און זייערע נעמען קענען האבן א השפעה אויף וויאזוי מען שטודירט זיי.[12]
היסטארישע צייטן
- אוראלטע היסטאריע
- רוימישע אימפעריע
- כינעזישע דינאסטיעס
- ביזאנטישע אימפעריע
- פריערער איסלאמישער כאליפאט–פון מוכאמאד ביז די קרייצוגן
- פריערער מיטלאלטער
- הויך מיטלאלטער און די קרייצוגן–קאנפליקט מיט איסלאם, קאטארן, פאגאנער אין דער ליטע, אא"וו
- שפעטערער מיטלאלטער–13טער יארהונדערט ביז 15טן יארהונדערט
געאגראפישע לאקאציעס
געוויסע געאגראפישע לאקאציעס קענען זיין דער יסוד פאר היסטארישער שטודיע, למשל, קאנטינענטן, לענדער און שטעט. פארשטיין פארוואס היסטארישע געשעענישן זענען געשען איז וויכטיג. פאר דעם צוועק ווענדן זיך היסטאריקער אפט צו געאגראפיע. לויט זשול מישעלע אין זיין בוך Histoire de France (1833), "אָן א געאגראפישן יסוד, זעען אויס די מענטשן, די שאפער פון היסטאריע, אזוי ווי זיי שפאצירן אויף דער לופט."[13] וועטער־פורעמען, וואסער־פארזארג און די לאנדשאפט פון אן ארט, זיי אלע באאיינפלוסן דאס לעבן פון די וואס וואוינען דארט. צום ביישפיל, כדי אויפצוקלערן פארוואס האבן די אוראלטע עגיפטער אנטוויקלט א דערפאלגליכע ציוויליזאציע, איז נויטיג צו שטודירן די געאגראפיע פון עגיפטן. עגיפטישע ציוויליזאציע איז געבויט געווארן אויף די ברעגן פונעם טייך נילוס, וואס האט יערלעך פארפלייצט די ארומיקע געגנט, און האט ארויפגעלייגט ערד אויף זיינע ברעגן. די רייכע באדן האט געהאלפן די פארמערס וואקסן גענוג גערעטענישן צו באשפייזן די באפעלקערונג פון די שטעט. במילא האט נישט יעדער איינער געדארפט זיין א פארמער, און אזוי האבן טייל מענטשן געארבעט אין שטעלעס וואס האבן געהאלפן אנטוויקלען די ציוויליזאציע. אויך דארף מען בארעכענען מיטן קלימאט, וואס היסטאריקערס ווי עלזווערט האנטינגטאן און אלען סעמפל האלט פאר א מכריעדיקע באווירקונג אויף דער קורס פון היסטאריע.[14]
ראיאנען
- היסטאריע פון אפריקע הייבט און מיט די ערשטע מאדערנע מענטשן אויפן קאנטינעט, ווייטע ביז די היינטיגע טעג ווי א געלאטעכץ פון אלערלייאיקע און פאליטיש אנטוויקלדיקע פאלקשטאטן.
- היטסאריע פון די אמעריקעס
- היסטאריע פון צפון-אמעריקע שטודירט די פארגאנגנהייט איבערגעגעבן מדור לדור אויפן קאנטינענט אין דער ערד'ס צפונדיקן און מערבדיקן האלבקיילעך.
- היסטאריע פון צענטראל-אמעריקע שטודירט די פארגאנגנהייט איבערגעגעבן מדור לדור אויפן קאנטינענט אין דער ערד'ס מערבדיקן האלבקיילעך.
- היסטאריע פון די קאראאיבן
- היסטאריע פון דרום-אמעריקע שטודירט די פארגאנגנהייט איבערגעגעבן מדור לדור אויפן קאנטינענט אין דער ערד'ס דרומדיקן און מערבדיקן האלבקיילעך.
- היסטאריע פון אנטארקטיקע
- היסטאריע פון אויסטראליע הייבט אן מיט דער דאקומענטאציע פון מאקאסאר האנדל מיט אלט-געזעסענע אויסטראלער אויפן צפון בארטן פון אויסטראליע.
- היסטאריע פון ניי זילאנד גייט צוריק 700 יאר צו ווען די פאלינעזער האבן באזעצט דאס לאנד, און האבן אנטוויקלט א באזונדערע מאארי קולטור.
- היסטאריע פון די פאציפישע אינזלען באשרייבט די געשיכעט פון די אינזלען אינעם פאציפישן אקעאן.
- היסטאריע פון אייראזיע
- היסטאריע פון אייראפע באשילדערט דעם צייט־פארבייגאנג פון מענטשן וואס וואוינען אין דעם אייראפעאישן קאנטינענט ביז צום היינטיגן טאג.
- היסטאריע פון אזיע
- היסטאריע פון מזרח-אזיע שטודירט די פארגאנגנהייט איבערגעגעבן מדור לדור אין מזרח-אזיע.
- היסטאריע פונעם מיטל-מזרח הייבט אן מיט די ערשטע ציוויליזאציעס אין דעם מיטל־מזרח וואס זענען געגרינדעט געווארן אין מעסאפאטאמיע.
- היטסאריע פון אינדיע שטודירט די פארגאנגנהייט איבערגעגעבן מדור לדור אין דעם אונטער־הימאלאיע ראיאן.
- היסטאריע פון דרום-מזרח אזיע
רעפערענצן
- ↑ WordNet Search – 3.0 ארכיווירט 17 סעפטעמבער 2005 ביי דער Wayback Machine, "History".
- ↑ Scott Gordon and James Gordon Irving, The History and Philosophy of Social Science. Routledge 1991. Page 1. ISBN 0-415-05682-9
- ↑ Ritter, H. (1986). Dictionary of concepts in history. Reference sources for the social sciences and humanities, no. 3. Westport, Conn: Greenwood Press. Page 416.
- ↑ 4.0 4.1 Lamberg-Karlovsky, C.C.; Jeremy A. Sabloff (1979). Ancient Civilizations: The Near East and Mesoamerica. Benjamin-Cummings Publishing. p. 5. ISBN 978-0-88133-834-8.
- ↑ Lamberg-Karlovsky, C.C.; Jeremy A. Sabloff (1979). Ancient Civilizations: The Near East and Mesoamerica. Benjamin-Cummings Publishing. p. 6. ISBN 978-0-88133-834-8.
- ↑ Ibn Khaldun, Franz Rosenthal, N.J. Dawood (1967), The Muqaddimah: An Introduction to History, p. x, Princeton University Press, ISBN 0-691-01754-9.
- ↑ H. Mowlana (2001). "Information in the Arab World", Cooperation South Journal 1.
- ↑ Salahuddin Ahmed (1999). A Dictionary of Muslim Names. C. Hurst & Co. Publishers. ISBN 1-85065-356-9.
- ↑ Enan, Muhammed Abdullah (2007). Ibn Khaldun: His Life and Works. The Other Press. p. v. ISBN 978-983-9541-53-3.
- ↑ Dr. S.W. Akhtar (1997). "The Islamic Concept of Knowledge", Al-Tawhid: A Quarterly Journal of Islamic Thought & Culture 12 (3).
- ↑ Marwick, Arthur (1970). The Nature of History. The Macmillan Press LTD. p. 169.
- ↑ Tosh, John (2006). The Pursuit of History. Pearson Education Limited. pp. 168–169.
- ↑ Darby, Henry Clifford (2002). The Relations of History and Geography: Studies in England, France and the United States. Exeter: University of Exeter Press. p. 14. ISBN 0-85989-699-4.
- ↑ Rao, B.V. (2007). World history from early times to AD 2000. New Delhi: Sterling Publishers Pvt. Ltd. p. 5. ISBN 978-81-207-3188-2.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!