ח' כסלו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ח' כסלו איז דער אכטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז החא |
זונטאג | וישלח |
השא השג |
מאנטאג | וישלח |
זחא זחג |
דינסטאג | ויצא |
זשג זשה |
מיטוואך | ויצא |
בחה בחג |
דאנערשטאג | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
פרייטאג | ויצא |
חגים וזמנים
- לויט טייל דעות א תענית צדיקים, ווייל אין ג'שכ"א האט יהויקים פארברענט די מגילת איכה פון די נבואות פון ירמיהו וואס ברוך בן נריה האט אים פארגעליינט[1].
- אין יארן וואס חשון איז געווען חסר, זענען פארביי געגאנגען דרייסיג טעג ווען מען האט אין ארץ ישראל געבעטן אויף רעגן בעפאר תפילת מעריב פון דעם טאג.
געשעענישן
- ה'תרכ"ד – פרעזידענט לינקאלן געבט זיין בארימטע "געטיסבורג רעדע"
- ה'תשמ"ו – יונתן פאלארד ווערט איינגעזעצט אין די פאראייניגטע שטאטן דורך די FBI, צוליב זיין שפיאנאזש פאר מדינת ישראל
- ה'תשמ"ז – אלי וויזל באקומט די נאבעל פריז פאר שלום
- ה'תשע"ג – אפשטעל פון די עמוד ענן אפעראציע
- ה'תשע"ו – יונתן פאלארד ווערט ארויסגעלאזט פון טורמע, גענוי דרייסיג יאר נאך זיין ארעסט
געבוירן
- ה'תקפ"א – רבי ישראל יהושע טרונק פון קוטנא, פון די חשובע גדולים און פוסקים אין פוילן (נפטר ה'תרנ"ג)
- ה'תרי"ב – רבי שלמה דוד פויזנער, א רב אין ניו דזשערסי, מחבר פון "אשד הנהר" (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תר"ל – רבי מאיר סטאלעוויץ, רב פון חאסלאוויץ און פון זכרון משה געגנט אין ירושלים (נפטר ה'תש"ט)
- ה'תרל"ב – רבי בן ציון יאדלער, בארימטער מגיד מישרים אין ירושלים (נפטר ה'תשכ"ב)
- ה'תרנ"ז – רבי יעקב האלבערשטאם, טשאקאווער רב (נפטר ה'תשכ"ח)
- ה'תרצ"ב – רבי יצחק אייזיק ראזנבוים, אדמו"ר פון קליוולאנד (נפטר ה'תש"פ)
- ה'תשט"ו – רבי יהודה פישער, חבר הבד"ץ אין די עדה החרדית, און רב פון די מחנה יהודה געגנט אין ירושלים
- ה'תשכ"ב – רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי, זון פון סקווירער רבי'ן
יארצייטן
- ה'תכ"ט אדער ה'תל"ב – רבי משה בן יצחק בונמש, מחבר פון "מהדורא בתרא" פון מהרש"א
- ה'תקמ"ז – רבי יצחק נבון, א שד"ר אין טערקיי, מחבר פון "דין אמת" (געבוירן ה'תצ"ג)
- ה'תרי"א – רבי אשר לעמיל לעווי, רב פון גאלין אין פוילן, און שפעטער א דיין אין אשכנז'ישער בית דין אין ירושלים (געבוירן ה'תקנ"ח)
- ה'תרכ"ה – רבי אברהם הכהן יצחקי, פון די גרעסטע רבנים פון טוניסיע אין אלע צייטן, בארימט מיט זיין חיבור "משמרות כהונה" (געבוירן ה'תקמ"ט)
- ה'תרכ"ז – רבי משה אברהם אייזנשטאט, רב און ראש ישיבה פון מיר (געבוירן ה'תקמ"ה)
- ה'תרל"ב – רבי אהרן פון טשערנאבילֿ (געבוירן ה'תקמ"ז)
- ה'תרנ"ו – רבי נחום דובער שניאורסאהן, דער צווייטער אדמו"ר פון אוורוטש (געבוירן ה'תר"ב)
- ה'תרנ"ט – רבי יהונתן עליאשבערג, א רב אין עטליכע שטעט אין ליטע, פון די ערשטע חובבי ציון (געבוירן ה'תר"י)
- ה'תרפ"ה – רבי דוד פיפאנו, פון די גרויסע רבנים אין סאלאניקי און הויפט רב פון בולגאריע (געבוירן ה'תרי"א)
- ה'תש"ב – רבי פינחס דוד הלוי הורוויץ פון באסטאן (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תש"ב – רבי אברהם מרדכי סאפרין פון באריסלאוו, אן אדמו"ר פון די קאמארנער גזע
- ה'תש"ב – דוד משה שטיינבערג, פון די גרויסע חזנים און קאמפאזיטארן אין די גאלדענע תקופה פון חזנות אין אמעריקע (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תש"ג – רבי דוד בורנשטיין, דריטער אדמו"ר פון סאכאטשאוו, מחבר פון "חסדי דוד" (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תשמ"ח – רבי נחום דוד משה בראנדוויין, אדמו"ר פון טורקא-סטרעטין
- ה'תשס"ה – רבי אליהו כץ, הויפט רב פון בראטיסלאווא און באר שבע (געבוירן ה'תרע"ו)
רעפערענצן
- ↑ אנדערע גירסות זענען ה' אדער ז' אדער כ"ח כסלו, זעט שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב' און מגן אברהם, דארט.