רוי:יהויקים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יהויקים מלך יהודה

יהויקים דער זון פון יהואחז מיט "זְבוּדָּה בַת-פְּדָיָה" איז געווען דער 18טער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 11 יאר אין ירושלים, ער איז געווארן קעניג אין יאר ג'קנ"ב. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען 25 יאר אלט, נאך וואס זיין טאטע יהואחז איז פארשיקט געווארן דורך פרעה (קעניג פון מצרים).

פרעה באקרוינט יהויקים וואס איז געווען פרא מצרים (נאך וואס ער בייט אים זיין נאמען פון "אליקים" צו "יהויקים"), און פארשיקט זיין פאטער יהואחז אין מצרים וואס איז ווארשיינליך געווען פרא אשור.

יהויקים ווארפט די מגילה אין פייער אריין

לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים (פרק כ"ג) האט יהויקים געזינדיקט פאר גאט אזוי ווי די פריעריגע מלכים וואס האבן געזינדיקט.

אין די צייט וואס יהויקים האט געקעניגט, האט אשור זיך אונטערגעגעבן צו בבל, און פון דאן איז אשור אראפ אינגאנצן פון די מאפע. נאכער האבן די בבלים באלאגערט ירושלים אין פארלויף פון 3 יאר. אין מיטן די 3 יאר איז יהויקים געשטארבן, און זיין זון יהויכין איז געווארן קעניג.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!