א' כסלו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
א' כסלו איז דער ערשטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז החא |
זונטאג | ויצא |
השא השג |
מאנטאג | ויצא |
זחא זחג |
דינסטאג | תולדות |
זשג זשה |
מיטוואך | תולדות |
בחה בחג |
דאנערשטאג | תולדות |
בשה בשז גכה גכז |
פרייטאג | תולדות |
חגים וזמנים
- ראש חודש כסלו
- לויט טייל גרסאות, א פאסט-טאג אין מגילת תענית צוליב וואס יהויקים האט פארברענט מגילת איכה וואס ירמיהו האט געשריבן בנבואה, אין יאר ג'שכ"א[1].
- לויט טייל מקורות, איז עס שוין געווען א טאג פון תענית און תשובה פון פריער, וויבאלד עס איז פערציג טעג פון הושענא רבא און מען ווארט ביז דעם טאג אויף די וועלכע האבן נאכנישט תשובה געטון[1].
- אויב האט נאכנישט גערעגנט אין ארץ ישראל ביז דעם טאג, הייבט בית דין אן גוזר זיין תעניתים אויפן ציבור[2].
געשעענישן
- ה'רמ"ו – רבי עובדיה מברטנורא לאזט זיך ארויס אין זיין רייזע קיין ארץ ישראל[3]
- ה'שס"ה – רבי שלמה עדני ענדיגט שרייבן זיין חיבור אויף משניות, "מלאכת שלמה"
- ה'תרע"ח – ערשטע וועלט-מלחמה: די בריטן נעמען איין יפו און תל אביב פון אונטער די אטאמאנישע אימפעריע, און ווענדן זיך צום ריכטונג פון ירושלים
- ה'תר"צ – געגרינדעט דער שטאט נתניה
- ה'תש"ד – צווייטע וועלט-מלחמה: די דריי פירער פון די אליאירטע לענדער, ווינסטאן טשערטשיל, פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט און יאזעף סטאלין, באגעגענען זיך צום ערשטן מאל ביים טעהראן קאנפערענץ צו דיסקוטירן דעם נארמאנדי אינוואזיע
- ה'תשי"ז – געענדיגט די סיני מלחמה
- ה'תשמ"ג – אויפגעשטעלט דער הר ברכה ישוב
- ה'תשע"ו – שיסעריי אטאקע דורך א פאלעסטינער טעראריסט נעבן עתניאל ברענגט אום צוויי
- ה'תשפ"ג – אנגעהויבן דער המכלול פראיעקט אויף אידיש
געבוירן
- ה'תקט"ו – רבי סעדיה הלוי אשכנזי, א רב אין איזמיר
- ה'תר"ד – רבי דוד צבי האפמאן, מפרש המקרא און פון די מנהיגים פון נעא-ארטאדאקסיע אין דייטשלאנד, מחבר שו"ת "מלמד להועיל" (נפטר ה'תרפ"ב)
- ה'תרי"א – רבי בן ציון אלפס, א מחנך, דרשן און עסקן אין ווילנע און ארץ ישראל (נפטר ה'תש"א)
- ה'תרל"ז – רבי דוד דוב מייזליש, לעצטער רב פון איהעל, מחבר פון "בנין דוד" (אומגעברענגט ה'תש"ד)
- ה'תר"נ – זלמן שזר, דריטער פרעזידענט פון מדינת ישראל (געשטארבן ה'תשל"ה)
- ה'תרנ"ח – רבי שמריהו גוראריה, אן איידעם פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן (נפטר ה'תשמ"ט)
- ה'תרס"ח – רבי שלמה האלבערשטאם, דער דריטער באבובער רבי (נפטר ה'תש"ס)
- ה'תרס"ח – רבי זכריה חומרי, א מקובל פון תימן און ארץ ישראל (נפטר ה'תשע"ד)
- ה'תרצ"ב – אורי סעבאג, אן אינזשעניר און כנסת דעפוטאט אין מדינת ישראל
- ה'תשי"א – רבי מרדכי גראס, א ליטווישער רב, פוסק, דיין און מקובל, גאב"ד פון "חניכי הישיבות" און רב אין עטליכע שטעט אין ארץ ישראל
- ה'תשי"ד – הרב אמנון יצחק, פראמינענטער מחזיר בתשובה, פירער פון "שופר" ארגאניזאציע
- ה'תשל"ג – רבי יגאל כהן, א ספרד'ישער-חרדישער רב און רעדנער, מחזיר בתשובה, פירער פון "ענפים" ארגאניזאציע
יארצייטן
- ה'ר"ב – רבי אפרים אנקאווה, א רב אין טלעמסען, אלזשיר, מחבר פון "שער כבוד ה'" (געבוירן ה'קי"ד)
- ה'רפ"ה – רבי יצחק הכהן שולאל, "נגיד" פון אידן אין מצרים, ראש ישיבה אין ירושלים
- ה'שי"ט – רבי שלום שכנא פון לובלין, רב פון לובלין און רבי פונעם מהרש"ל און רמ"א
- ה'תמ"ח – יצחק אראביו דע קאסטרו, א פילאזאף און דאקטער פון די אנוסים וועלכער האט זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט, בארימט מיט זיין ענטפער קעגן שפינאזע'ס פילאזאפיע
- ה'תס"ד – רבי יוסף משה פון קראקע, מחבר פון "מסורת הש"ס"
- ה'תר"נ – ד"ר אליעזר הלוי, א געלערנטער איד אין ענגלאנד, געהילף און סעקרעטאר פון משה מאנטיפיארי במשך ארום פופציג יאר (געבוירן ה'תקס"ט)
- ה'תרנ"ג – רבי חיים נתן דעמביצער, ראב"ד פון קראקע, היסטאריקער פון די אידישע קהילה אין לעמבערג, מחבר פון "כלילת יופי" (געבוירן ה'תק"פ)
- ה'תרס"א – רבי יוסף קנאפא, רב און מקובל פון מאגאדאר, מאראקא, מחבר פון "זך ונקי" (געבוירן ה'תקפ"ג)
- ה'תרס"ב – רבי משה האגער פון ראדעוויץ, מחבר פון "ויקח משה"
- ה'תר"פ – רבי חיים בלייח, רב פון טלעמסען (געבוירן ה'תקצ"ג)
- ה'תשט"ו – רבי דוד עידאן, פון די רבנים און פרעזידענט פון די אידישע קהילה אין דזשערבא, מחבר פון "משכיל לדוד"
- ה'תשס"ט – הרב גבריאל האלצבערג און זיין ווייב רבקה, שליח אין מומביי, אומגעקומען אין טעראר אטאקע