רוי:פילאזאפיע

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:פילאזאף)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פילאָסאָפיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט, מענטשהייט, און דאס לעבן. למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן (עטיק) דער ווארט פילאזאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא (ליב-האבער) און סאפיא (חכמה), ד.ה. דאס ליבשאפט פון חכמה.

היסטאריע און אנטוויקלונג

פילאזאפישע חקירה, אין דעם היינטיגן זין, האט זיך אנגעהויבן מיט די אור-אלטע גריכן אין די יארן ג"א ר' - ש'. טאלעס, אנאקסימאדער, פיטאגאראס, און אנדערע האבן אנגעהויבן שפעקולירן איבער דעם תכלית אין לעבן, די יסודות פון פיזיק און מאטעמאטיק, און די פענאמענאנען פון לעבן און טויט. זיי זענען מערסטנס געווען פארנומען מיט פארשטיין די נאטור און וויאזוי זי פירט זיך.

שפעטער איז געקומען סאקראטעס און אנגעהויבן חקר'נען די מענטשהייט. זיין פארשונג איז געווען צו פארשטיין וואס איז ריכטיג און וואס נישט, וואס זענען די אמת'ע ווערדן וואס דער מענטשהייט דארף נאכיאגן. ער האט געטריבן זיינע פאלקס-לייט אין אור-אלטן אטען צו חקר'נען זייער אויפפירעכץ און זיי פארבעסערן. ער האט איבערגעטראכט יעדן אנגענומענעם ווערד און אפטמאל געוויזן אז עס איז פאלש. דערפאר האבן אים אסאך פיינט געהאט, טענה'נדיג אז ער קארופטירט דאס פאלק, און מען האט אים פעראורטיילט צום טויט.

סאקראטעס'נס תלמיד פלאטו האט גענומען זיין לערער'ס אנווייזונגען און זיי אפגעשריבן אין די דיאלאגעס, דער וויכטיגסטער ליטעראטור ווערק און משפיע אויף מערב קולטור נאך דעם תנ"ך.

פלאטו האט אויך געגרינדעט א שולע פון פילאזאפיע. זיין גרעסטער תלמיד איז געווען אריסטו, וועלכער איז שפעטער געווען דער לערער פון אלכסנדר מוקדון. אריסטו האט צוזאמגענומען די פארשונגען פון פריערדיגע פילאזאפן איבער די נאטור מיט די פארשונגען פון סאקרעטיס איבער די מענטשהייט און געמאכט פון זיי א פאראייניגטע וויסנשאפט.

פילאזאף

דאס מיינט אין אידיש גערעדט א טיף "דענקער", וואס פארשט אויס און חקר'נט אריין אין באשעפער'ס בריאה, געווענליך ווערט עס באניצט לגבי חכמת אלקות.

'פילאזאפיע' איז באמת א גריכיש ווארט, און די אפטייטש איז "פילא" א ליבהאבער "זאפיע" פון חכמה (ערוך ערך פילוסופיא, אין תוס' אין מסכת שבת שטייט אבער אז פילוסוף מיינט אן אפיקורס), פיליזאפיע איז טאקע בעיקר געווען פארשפרייט אין גריכנלאנד.

עס איז באקאנט אז אין די צייטן פונעם רשב"א איז געווען גאר שטארק איינגעריסן אפילו ביים המון עם צו שטודירן פילאזאפיע, און עס האט געהאט נישט קיין געוואונטשענע נאכפאלגן, דעריבער האט דער רשב"א און נאך פילע אנדערע צענדליגע ראשונים ארויסגעגעבן א חרם אז מען טאר נישט לערנען פילאזאפיע אונטער די 40 יאר, אנדערע האבן אבער עס יא מתיר געווען.[מקור פארלאנגט]

באקאנט איז די תשובת מהרש"ל וואס אטאקירט דעם רמ"א זי"ע היתכן ער קען פילאזאפיע, איבער וואס דער רמ"א פארענטפערט זיך אז ער האט דאס נאר געלערנט שבת נאכמיטאג, אין די צייט ווען אנדערע נוצן סייווי אויס די צייט צו שפאצירן וכדומה.

פון די באקאנסטע פילאזאפן איז אריסטוטלוס, מער באקאנט מיט זיין קירצערן נאמען "אריסטו", דער רבי פון אלכסנדר מוקדון.

שפעטערדיגע פילאזאפן

אידישע פילאזאפיע

גאר גרויסע חכמים פון דעם אידישן פאלק האבן זיך פארנומען מיט פילאזאפיע. איינע פון דער מענטשהייט'ס גאר אויסגערופענע פילאזאפן איז געווען דער רמב"ם, וועלכער האט אפגעשריבן זיין פילאזאפיע אין ספר מורה נבוכים. זיינע פילאזאפישע פארשונגען זענען געווען מערסטנס געבויט אויך די וויסנשאפט פון אריסטו, וועלכע איז געווען פארהאלטן דורך די אראבישע חכמים. ער האט שטארק משפיע געווען אויף שפעטערדיגע פילאזאפן, ווי צ.ב.ש. דער קריסטליכער פילאזאף טאמעס אקווינעס און דער מוסלמענער אבן רושד.

קארל מארקס איז געווען א אידישער פילאזאף אין דייטשלאנד וועלכער האט אויסגעטראכט די פילאזאפיע פון מארקסיזם. פון זיינע מיינונגען איז שפעטער אנטוויקלט געווארן די יסודות פון קאמוניזם.

מארטין בובער האט געשריבן איבער אידישע טעמעס, און איז ספעציעל באקאנט געווען פאר זיינע ביכער איבער חסידות און אירע נאכפאלגער.

פונעם פרומערס בליק

דער ווילנער גאון האט אנגערופן דעם קאפיטל "שער היחוד" פונעם ספר חובת הלבבות "חקירה הארורה!". אויך נאך אידישע פירער לאורך כל הדורות האבן גע'אסר'ט זיך צו פארטיפן אין דעם, ווייל עס מאכט שוואך די אמונה פון פשוטי המון עם.

זיי דרשענען דאס פון דער גמרא אז מ'זאל נישט וויסן מה למעלה ממך ומה למטה - זאכן וואס זענען נישט שייך צו פארשטיין מיט דער פראסטער מיין, נאר דייטן אן אויף באגריפן העכער דער מענטשליכער פארשטאנד.

אבער תלמידי חכמים וואס האבן זיך אנגעפילט כריסם בש"ס ופוסקים מעגן יא איר לערנען, און עס איז א בחינה פון א מצווה פון לימוד התורה און פון והלכת בדרכיו, וידעת היום והשבות על לבבך, און נאך פילע פליכטן דערמאנט דורכאויס דער תורה וואו מ'זעט אז עס א יסוד אין אידישקייט לדעת את ה'.

דעם חיד"א'ס מיינוג וואס מען זעט פון זיינע ספרים: עס האט אים נישט געצויגן צו פילאזאפיע, כאטש ער שרייבט אלע חלקים פון דער תורה, אבער צו פילאזאפיע באציט ער זיך גאנץ ווייניג אין זיין ספר שם הגדולים ערך דרשות הר"ן שרייבט ער אז אין ביבלאטעק אין פאריז האט ער געזען הונדערטער ספרים פון פילאזאפיע, אבער אין פאקט ער האט פון דארט נאר גענומען די רמזים פון רבי אליעזר מגרמיזא, דער רוקח. אן אויסנאם איז דער ספר מאור עינים פון רבי עזריהו מן האדומים, וואס ער ברענגט דערפון אסאך מאל אין זיינע ספרים,[1] אבער דאך ברענגט ער אז ער האט געטראפן א חרם פון רבי יוסף קארו און רבי משה אלשיך ווי זיי האבן געשטעלט אין חרם ווער עס וועט לערנען דעם ספר מאור עינים.[2]

רעפערענצן

  1. כסא רחמים מסכת סופרים פ"א אות י"ח
  2. מחזיק ברכה אורח חיים קונטרס אחרון לסי' ש"ז

דרויסנדיגע לינקס


פילאזאפיע
געביטן
אנטאלאגיעטעאלאגיעלאגיקמעטא-עטיקמעטאפיזיקמעטאפילאזאפיעעסטעטיקעטיקעפיסטעמאלאגיעפאליטישע פילאזאפיעפילאזאפיע פון היסטאריעפילאזאפיע פון בילדונגפילאזאפיע פון וויסנשאפטפילאזאפיע פון מאטעמאטיקפילאזאפיע פון שפראך
P philosophy1.png
פילאזאפיע פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!