רוי:אוויצענא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַוויצענאַ (לאטייניש: Avicenna; פּערסיש: ابوعلى سينا/پورسينا אבו אלי חוסיין איבן אבדאלא איבן א סינא; 980 -1037), אדער איבן צינא, איז געווען א פערסישער דאקטער, פילאזאף און וויסנשאפטלער.

אוויצענא האט געשריבן 450 ביכער וועגן מעדיצין און פילאזאפיע, און טייל האלטן אים פון די גרינדער פון מאדערנעם מעדיצין. זיינע מערסטע בארימטע ווערק זענען "דאס בוך פון היילן", א פילאזאפישע און וויסנשאפטליכע ענציקלאפעדיע, און "דער קאנאן פון מעדיצין", וואס איז געווען א סטאנדארטער מעדיצינישער טעקסט אין פילע אוניווערזיטעטן אינעם מיטל אלטער. מען האט געניצט "דער קאנאן פון מעדיצין" אלס לערנבוך אין די אוניווערזיטעטן פון מאנטפעליער און לעוון ביז 1650. אוויצענאס קאנאן פון מעדיצין פארזארגט א קאמפלעטע סיסטעם פון מעדיצין לויט די פרינציפן פון גאלען (און היפאקראטעס).

זיין ערשטע שטעלע איז געווען דאקטער צום סולטאן, וועמען ער האט געהיילט פון א געפערליכער קראנקייט אין 997.

אוויצענא איז געבוירן געווארן אינעם געגנט פון בוכארא (היינט אין אוזבעקיסטאן).


פילאזאפיע
P philosophy1.png
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא צי • קאנפוציוס • טאלעס • פיטאגאראס • העראקליטוס • מו דזה • בודהא • פארמענידעס • פראטאגאראס • דעמאקריטוס • סאקראטעס • פלאטאן • אריסטא • זענאן פון קיטיון • טימאן פון פליוס • פירון מאליס • פלוטינוס • שון דזה • קונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוס • דזשאן דנס סקוטוס • אוויצענא • ג'ו שי • רמב"ם • טאמאס פון אקווינא • וויליאם פון אקאם • ניקאלא מאקיאוועלי • טאמאס האבס • פראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארט • ברוך שפינאזא • גאטפריד לייבניץ • דזשאן לאק • דזשארדזש בארקלי • דעיוויד היום • זשאן-זשאק רוסא • אימאנועל קאנט • דזשערעמי בענטאם • געארג העגל • דזשאן סטיוארט מיל • ארטור שאפנהאוער • סרן קירקגור • קארל מארקס • פרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגע • דזשאן דיואי • עדמונד הוסרל • מארטין היידעגער • בערטראנד ראסל • רודאלף קרנפ • לודוויג וויטגנשטיין • קארל המפל • זשאן-פאל סארטרע • ווילארד וואן אורמאן קוויין • דזשאן רולס • יורגן האברמאס • מישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל
P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!