רוי:אטאמיזם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אטאמיזם (ענגליש: Atomism, פון גריכיש ἄτομον, "אומשניידבאר, אומטיילבאר"[1]) איז א נאטירליכע פילאזאפיע וועלכע נעמט אן אז די פיזישע אוניווערס איז צוזאמגעשטעלט פון פונדאמענטאלע חלקים וועלכע קענען נישט ווערן ווייטער צעטיילט, גערופן אטאמען.

דער קאנצעפט ווערט ערווענט סיי אין די אלט גריכישע און סיי אין די אלט אינדישע פילאזאפישע טראדיציעס. לוקיפוס איז דער ערשטער פיגור וועמענ'ס שטיצע פאר אזא טעאריע איז קלאר באצייכנט, און ער ווערט געווענליך באטראכט דער גרינדער פון אטאמיזם[2]. די טעאריע איז ווייטער אנטוויקלט געווארן דורך זיין תלמיד דעמאקריטוס.

לויט די גריכישע אטאמיסטן, זענען פארהאן אין נאטור בלויז צוויי פונדאמענטאלע פרינציפן: אטאם און ליידיגקייט. צווישן איין אטאם און דער אנדערער איז גארנישט פארהאן, נאר עס איז דורכאויס ליידיג. די אטאמען פארמאגן העקלעך און גריבלעך דורך וועלכע זיי באהעפטן זיך; גרופעס פון פארשידענע פארמען, אויסשטעלונגען, און פאזיציעס ברענגען די פארשידענע מעקראסקאפישע סובסטאנצן אין דער וועלט[2].

ווען כעמיקער און אנדערע נאטור פארשער האבן אין אנהייב 19טער יארהונדערט געטראפן עקספערימענטאלע באווייזן צום ערשיינונג פון עלעמענטארע חלקים אין כעמישע מאטעריאל, האבן זיי גערעכנט אז די חלקים זענען אומטיילבאר, און זענען דעריבער געגעבן געווארן דעם אלטן נאמען "אטאם". כאטש דער שייכות צו היסטארישע אטאמיזם איז היבש ווייט, זענען סוב-אטאמישע חלקים געווארן א מאדערנע אנאלאג צו פילאזאפישע אטאמען.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. "atom". Online Etymology Dictionary.
  2. 2.0 2.1 Berryman, Sylvia, "Ancient Atomism", The Stanford Encyclopedia of Philosophy, Edward N. Zalta (ed.)
פילאזאפיע
P philosophy1.png
פילאזאפיע פארטאל