רוי:ניקאלא מאקיאוועלי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פארטרעט פון ניקאלא מאקיאוועלי

ניקאלא די בערנאַרדא דע מאַקיאַוועלי (3טן מאי 1469 - 21סטן יוני 1527) איז געווען אן איטאליענישער היסטאריקער, פילאזאף, הומאניסט, שרייבער און דראמאטורג אין פירענצע בשעת דעם רענעסאנס. ער איז באקאנט ווי דער פארפאסער פון דער פרינץ, וואס האט געהאט א שטארקע השפעה אויף פאליטיק.

ניקאלא מאקיאוועלי

ביאגראפיע

ניקאלא מאקיאוועלי איז געבוירן דעם 3טן מאי 1469 אין פירענצע (היינט איטאליע) דער ערשטער זון (און דאס דריטע קינד) פון בערנארדא די ניקאלא מאקייאוועלי, אן אדוואקאט, און זיין ווייב בארטאלאמיע דע סטעפאנא נעלי. זיינע חברים אין פירענצע אין זיינע יונגע יארן זענען געווען מענשטן וואס האבן ליב געהאט שיינע קליידער און רעדן שיין.

אין 1494 האט פראנקרייך אינוואדירט איטאליע און פארטריבן פון פירענצע די מעדיטשי פאמיליע וואס האט געהערשט איבער דער שטאט. מ'האט אויפגעשטעלט אין פירענצע א רעפובליק, וואס האט זיך געהאלטן ביז 1512. אין די יארן איז מאקיאוועלי געווען א דיפלאמאט פון דער רעפובליק אין פארשידענע לענדער.

פון 1521 ביז 1525 האבן די מעדיטשי געהערשט נאכאמאל אין פירענצע. ווען מ'האט זיי פארטריבן אין 1525, האט מאקיאוועלי זיך צוריקגעצויגן אין פירענצע, זוכנדיק זיין אלטן דיפלאמאטישן אמט. ער איז אבער קראנק געווארן, און אינעם 21סטן יוני 1527 איז ער געשטארבן ביי דער עלטער פון 58.


פילאזאפיע
P philosophy1.png
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראסהעראקליטוסמו דזהבודהאפארמענידעספראטאגאראסדעמאקריטוססאקראטעספלאטאןאריסטאזענאן פון קיטיוןטימאן פון פליוספירון מאליספלוטינוסשון דזהקונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוסדזשאן דנס סקוטוסאוויצענאג'ו שירמב"םטאמאס פון אקווינאוויליאם פון אקאםניקאלא מאקיאוועליטאמאס האבספראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאקדזשארדזש בארקלידעיוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנטדזשערעמי בענטאםגעארג העגלדזשאן סטיוארט מילארטור שאפנהאוערסרן קירקגורקארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגעדזשאן דיואיעדמונד הוסרלמארטין היידעגערבערטראנד ראסלרודאלף קרנפלודוויג וויטגנשטייןקארל המפלזשאן-פאל סארטרעווילארד וואן אורמאן קווייןדזשאן רולסיורגן האברמאסמישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!