רוי:גאטפריד ווילהעלם לייבניץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
גאטפריד ווילהעלם לייבניץ

גאטפריד ווילהעלם (פאן) לייבניץ (דייטש: Gottfried Wilhelm von Leibniz; ‏1טן יולי[1] 1646 - 14טן נאוועמבער 1716) איז געווען א דייטשער פילאזאף און מאטעמאטיקער. ער האט געשריבען אויף לאטיין, פראנצויזיש און דייטשיש.

לייבניץ פארנעמט א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון מאטעמאטיק צוליב דעם וואס ער האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אומאפהענגיג פון אייזיק ניוטאן, און די סימבאלן וואס לייבניץ האט איינגעפירט ניצט מען נאך היינט. ער האט ראפינירט די בינארישע סיסטעם, וואס איז דער יסוד פון כמעט אלע קאמפיוטערס. לייבניץ פארנעמט אויך א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון פילאזאפיע. ער איז געווען, צוזאמען מיט רענע דעקארט און ברוך שפינאזא, פון די גרעסטע אדוואקאטן פאר די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם.

לייבניץ האט אויך בייגעשטייערט אין א שיינעם אופן צו פיזיק און טעכנאלאגיע, און האט פאראויסגעזען איינפאלן און באגריפן וואס זענען אויסגעטונקען הערשט אסאך שפעטער אין ביאלאגיע, מעדיצין, געאלאגיע, ווארשיינליכקייט טעאריע, פסיכאלאגיע, פילאלאגיע און אינפארמאציע טעאריע.

ביאגראפיע

גאטפריד לייבניץ איז געבוירן געווארן דעם 1טן יולי 1646 אין לייפציג, זאקסן, צו זיין פאטער פרידריך לייבנוטץ און זיין מוטער קאטערינא שמוק. זיין פאטער איז געשטארבן ווען ער איז געווען אלט זעקס יאר. ביי 15 יאר האט ער אנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט.


אין 1672 האט זיך לייבניץ געצויגן קיין פאריז, פראנקרייך. קורץ נאכער האט ער געטראפן דעם האלענדישן פיזיקער און מאטעמאטיקער כריסטיאן הויגנס און ער האט איינגעזען אז ער דארף שטודירן ווייטער מאטעמאטיק און פיזיק. דאס האט ער טאקע געטון, מיט הויגנס זיין מענטאר, ביז ער האט געמאכט וויכטיגע ביישטייערונגען צו ביידע טעמעס, און ער האט דערפינדן זיין ווערסיע פון דעם אינטעגראלן און דיפערענציאלן קאלקולוס.

לייבניץ איז געווען דער ערשטער צו ניצן דאס ווארט "פונקציע" אין מאטעמאטיק, און האט פארשטאנען אז מען קען לייזן א סיסטעם פון לינעארע גלייכונגען דורך דעם מאטריקס פון די קאעפיציענטן.

איינער פון זיין מערסט באקאנטע סטודענטן אין יאהאן בערנולי.

רעפערענצן

  1. 21סטן יוני אינעם יוליאנישן קאלענדאר


פילאזאפיע
P philosophy1.png
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראסהעראקליטוסמו דזהבודהאפארמענידעספראטאגאראסדעמאקריטוססאקראטעספלאטאןאריסטאזענאן פון קיטיוןטימאן פון פליוספירון מאליספלוטינוסשון דזהקונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוסדזשאן דנס סקוטוסאוויצענאג'ו שירמב"םטאמאס פון אקווינאוויליאם פון אקאםניקאלא מאקיאוועליטאמאס האבספראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאקדזשארדזש בארקלידעיוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנטדזשערעמי בענטאםגעארג העגלדזשאן סטיוארט מילארטור שאפנהאוערסרן קירקגורקארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגעדזשאן דיואיעדמונד הוסרלמארטין היידעגערבערטראנד ראסלרודאלף קרנפלודוויג וויטגנשטייןקארל המפלזשאן-פאל סארטרעווילארד וואן אורמאן קווייןדזשאן רולסיורגן האברמאסמישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!