רוי:דייטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Legal status of German in Europe.svg
די דייטש ריידנדיקע וועלט

דייטש אָדער דייטשיש (Deutsch - דויטש) איז אַן אינדאָ־אייראָפּעאישע שפּראַך וואָס מען רעדט אין עטליכע לענדער. דייטש איז איינע פון די פּאָפּולערסטע שפּראַכן אין דער גאָרער וועלט. עס ווערט גערעדט ווי מוטערשפראך פון איבער הונדערט מיליאָן מענטשן.

דייטש איז די פּרינציפּיעלע און אָפיציעלע שפּראַך פון דייטשלאַנד, עסטרייך און ליכטנשטיין און איינע פון די אָפיציעלע שפּראַכן אין דער שווייץ און לוקסעמבורג. די שפּראַך איז זייער אַ כלערלייאיקע: ס'איז דאָ אַ סך דיאַלעקטן. פונדעסטוועגן, ס'איז אַ באַשטימטע נאָרמע, וואָס הייסט הויך־דייטש, אָדער קאָרעקטער געזאָגט סטאַנדאַרט דייטש. די נאָרמע ווערט באַניצט אין שולעס, אוניווערזיטעטן, פאַר אָפיציעלע דאָקומענטן, אין אַלע מלוכישע אינסטיטוציעס און אין מאַסן מידיע און ליטעראַטור. דעם הויך־דייטש לערנען אויסלענדער אַלס אַ פרעמדע שפּראַך ביי שפּראַך קורסן. די דייטש־שפּראַכיגע לייט רעדן הויך־דייטש אָדער אַ דיאַלעקט אָדער ביידע. אין שטעט רעדן מענטשן בדרך־כלל הויך־דייטשיש, צומאָל מיט קליינע לאָקאַלע וואַריאַציעס. לדוגמא, די נאָרמעס אין דייטשלאַנד, עסטרייך און דער שווייץ צייכענען זיך אויס אין באַנוצונגען פון עטליכע ווערטער און אויסדריקן.

די כלערלייאיקייט פון דייטש שטאַמט פון לפי־ערך אַנומלטיקער פאָרמירונג פון דער נאָרמע. סטאַנדאַרט דייטש איז אַ פּועל יוצא פון אַ טיילווייז באַוואוסטזיניקער אַנטוויקלונג פון מיטל הויך דייטש און עטליכע וואַריאַנטן פון דער דאָזיקער מיטל־עלטערישער שפּראַך זענען געווען די מקורות אויך פאַרן גערמאַנישן קאָמפּאָנענט פון דער יידישער שפּראַך.

עס ווערט געשאַצט אַז אַרום 71 מיליאָן דייטשע איינוואוינערס רעדן דייטש אַלס זייער מאַמע לשון, וואָס איז איינע פון די גרעסטע ציפערן אין אַ מאָדערניזירטן לאַנד.

אין אַנדערע לענדער

אויסער די גרעניצן פון דייטשלאַנד זענען פארהאן אַרום 10 מיליאָן מענטשן וואָס רעדן דייטש איבער דער וועלט. עסטרייך האָט אַרום 7 מיליאָן דייטש רעדנדיקע, די שווייץ האָט 3.5 מיליאָן דייטשע רעדנדיקע און לוקסעמבורג אַרום 300,000. אויך אין צפון איטאַליע און אין די פראַנצויזישע ראַיאָנען פון עלזאַס און לאָטאַרינגיע געפינען זיך געמיינדעס וואו מען רעדט דייטש.

אין עטליכע אַנדערע לענדער זענען פארהאן דייטש רעדנדיקע: אָפּשטאַמלינגען פון דייטשן וואָס האָבן זיך באַזעצט דערהויפּט אין די שטחים צו מזרח פון היינטיגן דייטשלאַנד, ווי אויך אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע.

אין אַמעריקע איז פארהאן אַ קליינע גרופּע דייטש־רעדנדיקע אין פענסילוועניע. די גרופּע ווערט אָנגערופן די פּענסילוועניע דויטש. זיי האָבן אימיגרירט פון דייטשלאַנד קיין אַמעריקע אינעם 18טן יאָרהונדערט און זיך באַזעצט אין דרום־מזרח פּענסילוועניע. אין קאַנאַדע איז פארהאן אַרום 330,000 דייטש רעדנדיקע, אין בראַזיל אַרום אַ האַלב מיליאָן, און אין דער אַרגענטינע אַרום 250,000.

וויקיפּעדיע

די דייטשישע וויקיפּעדיע איז די פערט־גרעסטע וויקיפעדיע, און פאַרמאָגט היינט איבער צוויי מיליאָן אַרטיקלען.

Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף דייטש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעאישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!