רוי:מארטין היידעגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאַרטין היידעגער ( דייטשיש : Martin Heidegger; ‏26סטן סעפטעמבער 1889 - 26סטן מאי 1976) איז געווען א דייטשער פילאזאף וואס האט עוסק געווען אין אנטאלאגיע, עסטעטיק, פילאזאפיע פון טעכנאלאגיע און פענאָמענאלאגיע, און האט באאיינפלוסט דעם שטראָם פון עקזיסטענציאליזם.

זיין הויפּט-ווערק איז געווען דער עסיי " זיין און צייט" (1927), וואָס ער האָט געווידמעט צו עדמונד הוסערל, זיין לערער פון פילאזאפיע. היידעגער איז געווארן א מיטגליד אין דער נאצי פארטיי און זיי האבן אים באשטימט רעקטאָר פונעם אוניווערסיטעט פון פרייבורג . אין דעם ראם, האט מען פאַרבאָטן הוסערל (וואָס איז געווען פון א ייִדישן אָפשטאַם) צו נוצן די אוניווערסיטעט ביבליאָטעק, און די ייִדישע לעקטארס אין דעם אוניווערסיטעט זענען האט מען אפגעזאגט פון זייערע שטעלעס.

לעבן

היידעגער איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל מאַסקירך אין באַדען, דייטשלאנד. פון 1909 ביז 1911 האט ער שטודירט טעאלאגיע אין אוניווערסיטעט פון פרייבורג, און שפעטער האט ער שטודירט דארט פילאזאפיע. אין 1914 האָט ער געענדיגט זיין דאָקטאָר-דיסערטאציע וועגן "פסיכאלאגיזם". אין 1916, ער געשריבן זיין דיסערטאציע וועגן דזשאן דענס סקאטוס, וואָס האָט אים געגעבן די רעכט צו דינען אין אַן אוניווערסיטעט שטעלע.


פילאזאפיע
P philosophy1.png
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראסהעראקליטוסמו דזהבודהאפארמענידעספראטאגאראסדעמאקריטוססאקראטעספלאטאןאריסטאזענאן פון קיטיוןטימאן פון פליוספירון מאליספלוטינוסשון דזהקונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוסדזשאן דנס סקוטוסאוויצענאג'ו שירמב"םטאמאס פון אקווינאוויליאם פון אקאםניקאלא מאקיאוועליטאמאס האבספראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאקדזשארדזש בארקלידעיוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנטדזשערעמי בענטאםגעארג העגלדזשאן סטיוארט מילארטור שאפנהאוערסרן קירקגורקארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגעדזשאן דיואיעדמונד הוסרלמארטין היידעגערבערטראנד ראסלרודאלף קרנפלודוויג וויטגנשטייןקארל המפלזשאן-פאל סארטרעווילארד וואן אורמאן קווייןדזשאן רולסיורגן האברמאסמישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!