רוי:רבי יוסף קארו

פון המכלול
שפּאנישער רב און מחבר פון שולחן ערוך (רמ"ח–של"ה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קבר פון רבי יוסף קארו אין צפת

רבי יוסף קאַרו (טאלעדא ה'רמ"ח – צפת י"ג ניסן ה'של"ה) איז געווען א רב און מקובל, דער אָנגעזעענסטער פּוסק ביי אידן אין די לעצטע 500 יאר, באקאנט אויך מיטן טיטל "מרן" (אונזער רבי) און אויך סתם "דער מחבר"; פארפאסער פון בית יוסף אויפן טור און דערנאך דער שלחן ערוך. ווי אויך האט ער געשריבן דעם ספר כסף משנה אויפן משנה תורה להרמב"ם.

ביאגראפיע

רבי יוסף ב"ר אפרים קארו ז"ל איז לכאורה געבוירן אין טאלעדא (טאָלטילא), קאסטיליע אין דעם יאר רמ"ח (1488)[1]. ער האט געשטאמט פון ספרדים. ער האט אנגעהויבן צו לערנען אין זיין געבורט שטאט, אין דער ישיבה פון ר' יעקב בירב ז"ל.

עס שיינט אז אין דעם יאר רנ"ב (1492), ביים "גירוש שפּאניע", האט ר' אפרים געמוזט פארלאזן זיין געבורט לאנד, און ער מיט זיין פאמיליע זענען פארוואגלט געווארן קיין טערקיי אדער פּארטוגאל. עס איז אבער מעגליך אז זיי האבן זיך געלאזט קיין פּארטוגאל נאך איידער'ן גירוש און אז ר' יוסף איז דארט געבוירן געווארן. זיי האבן זיך באזעצט אין דער הויפּט שטאט ליסאבאן.

אין דעם "גירוש פּארטוגאל", אין דעם יאר רנ"ז, איז די משפחה אוועק קיין טערקיי וואו ר' יוסף האט געלעבט פאר אומגעפער 40 יאר. צוערשט האט ער געלעבט מיט זיין פאמיליע אין קאנסטאנטינאפּאל, און געלערנט אונטער זיין פאטער ר' אפרים, אליין א חשוב'ער תלמיד חכם. עטליכע יארן שפּעטער, ווען ר' יוסף איז נאך געווען יונג, איז זיין פאטער נפטר געווארן און ער איז אויפגעצויגן געווארן דורך זיין פעטער רבי יצחק קארו.

אין קאנסטאנטינאפּאל האט דער אינגער למדן אנגעהויבן צו לערנען דעם רמב"מ'ס "יד החזקה", אדער "משנה תורה" ווי דער רמב"ם האט עס גערופן. ער האט געשריבן הערות, א פּירוש אויף דעם רמב"ם, וועלכע ער האט נישט געדרוקט. אבער זיי האבן געדינט שפּעטער אלס יסוד פאר זיין פּירוש "כסף משנה" אויף דעם רמב"ם.

ער האט איבער געזידלט פון קאנסטאנטינאפּאל קיין אַדריאַנאָפּאָל. אין דעם עלטער פון דרייסיג יאר איז ער שוין געווען בארימט אלס גאון, איינער פון די גדולי התורה פון זיין צייט. און ער האט אפילו זוכה געווען, אז די גאונים נאך אים האבן אים באצייכנט מיט דעם טיטל "מרן".

ער האט חתונה געהאט דארט מיט דער טאכטער פון דעם חכם און חסיד ר' חיים ב"ר אלבלג ז"ל. זי איז אבער געשטארבן אינג, און ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' יצחק סבע, די שוועסטער פון זיין פריינד ר' שמואל סבע. און דארט אין אדריאנאפּאל, האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן אויף זיין בארימטן ספר "בית יוסף", אין דעם יאר רפּ"ב, 1522.

אין טערקיי האט ער זיך, לכאורה, באגעגנט מיט רבי שלמה מולכו, וועמענס מאַרטיריום אויפן פלעקל אין 1532 האט געמאכט א טיפן רושם אויף ר' יוסף, מיט דעם רעזולטאט, אז אויך ער האט געגארט צו אומקומען אויף קידוש ה'. אויך איז ער באאיינפלוסט געווארן פון רבי יוסף טאיטאצאק, וועמען ער האט באגעגנט אין סאלאניקא, וואו ר' יוסף האט געוואוינט פאר א צייט, און פון רבי שלמה אלקבץ, וועמען ער האט באגעגנט סיי דארטן און סיי אין ניקאפאל. אין סאלאניקע און אין אדריאנאפאל, זענען געווען גרופעס פון צדיקים און מקובלים, אנגעפירט דורך די דאזיגע חכמים.

אין יענער צייט האט די קהילה פון דער שטאט ניקאָפּאָל, אים איינגעלאַדן צו ווערן ראש פון זייער ישיבה. ער האט אנגענומען די איינלאדונג. און ער האט זיך באזעצט דארט אין דעם יאר 1523. דער דארטיגער הויפּט פון דער קהילה, אַן עלטערער ספרד'ישער חכם, האט נישט מסכים געווען מיט זיין געדאנקען-גאנג, און ער פלעגט אפילו אידערצערנען. אין אלגעמיין, אבער, איז ער געווען זייער געאכטעט ביי זיינע צייט גענאָסן. און אויסער זיינע פליכטן אלס ראש ישיבה, האָט ער געווידמעט זיין גאנצע צייט אויף זיין זיין גרויסן ווערק, דעם "בית יוסף", וועלכע ער האט אנגעהויבן שרייבן אין 1522 אין עלטער פון 34.

אין 1536 האט ער באשלאסן צו עמיגרירען קיין ארץ ישראל. ער איז, אפנים, געבליבן א שטיק צייט אין מצרים, פארן גיין קיין צפת, און מעגליך דארט געלערנט אונטער ר' יעקב בירב, אבער עס איז אויך נישט אוממעגליך אז ער האט געלערנט אונטער אים אין צפת. נאך א יאר פארן איז ער אנגעקומען אין צפת אין חודש אלול רצ"ו. ער איז געווען איינער פון די פיר תלמידי חכמים וואס האבן באקומען סמיכה דורך ר' יעקב אין יאר 1538 (זעט סמיכה). ער האט אבער נישט באטראכט זיין סמיכה אלס גענוג מאסגעבנד און אין זיינע ווערק האט ער גע'פסק'נט, אז "היינט האבן מיר נישט קיין דיינים מוסמכים". דער בית דין פון צפת וואס ער האט אנגעפירט האט באזירט איר אויטאריטעט אויף דעם וואס עס איז געווען "אנערקענט ביים ציבור און איז געווען גדול בחכמה ובמנין" און נישט אלס א בית דין מוסמך.

נאך וואס ר' יעקב איז ארויסגעגאנגען פון צפת אין 1538, בערך דריי חדשים נאך דער באנייאונג פון סמיכה, איז ר' יוסף פאררעכנט געווארן אלס דער פירער פון די צפת'ע למדנים. זיין נאמען איז כמעט שטענדיג דער ערשטער אויף אלע דאקומענטן ארויס דורך דעם בית דין און אויף די פסקים און באשלוסן וואס קומען פון די למדנים פון צפת און אירע בתי דין. ער האט, אפנים, אויך געדינט אלס הויפט פונעם כלל-ראט פון צפת. צווישן אים און רבי משה די טראַני זענען געווען אַ סך הלכה'דיגע חילוקי-דעות.

ר' יוסף האט אנגעפירט אַ גרויסער ישיבה; לויט די עדות פון איין רייזענדער, זענען 200 תלמידים געווען אנוועזנד ביי זיינע שיעורים אין דער ישיבה. ער האט געשריבן הונדערטער תשובות אויף הלכה'דיגע שאלות וואס זענען צו אים געשטעלט געווארן פון דער גאנצער תפוצות, אויסער זיך איבערגעבן פאר די צרכי הקהל.

ער האט דארט געגרינדעט א ישיבה און זיך ערווארבן פילע תלמידים. ער האט געענטפערט תשובות אויף שאלות. אבער די מערסטע צייט האט ער געווידמעט זיין ריזן ווערק "בית יוסף", אויף די טורים און שולחן ערוך.

ווען ס'האט אויסגעבראכן אַן עפּידעמיע פּעסט, אין דער שטאט צפת האט ער געוואוינט א שטיקל צייט אין דעם דערפל בירואה נעבן צפת. און ווי ס'ווייזט אויס האט ער פארפאסט דעם שולחן ערוך דארט.

אין צפת איז זיין ווייב געשטארבן. זי האט אים איבערגעלאזט א זון ר' שלמה, וועלכער איז געבוירן געווארן ארום דעם יאר 1554. אין דעם יאר 1665 האט ער גענומען א דריטע ווייב, די טאכטער פון ר' זכריה ב"ר שלמה זבשיל אשכנזי. זי האט אים געבוירן א זון ר' יהודה קארו אין דעם יאר 1571.

עטליכע טעג פאר זיין טויט האט ר' יוסף באפוילן ארויסצוגעבן א איסור קעגן דער מאור עינים פון עזריה דעי ראסי, אבער ער איז נפטר געווארן איידער ער האט עס געקענט אונטערשרייבן. ר' יוסף'ס תלמידים האבן אריינגערעכנט רבי משה קאָרדאָוועראָ און רבי משה אלשיך, וועלכער איז נסמך געווארן דורך אים.

ר' יוסף האט חתונה געהאט ווייניגסטנס דריי מאל. אין זיינע ווערק ציטירט ער מסורות אין די נעמען פון זיינע דריי שווערן זיך באציענדיג צו יעדער פון זיי ווי "מורי". בשעת ער איז געווען אין טערקיי, זענען צוויי פון זיינע זין און א טאכטער געשטארבן. ער האט איבערגעלאזט דריי זין, שלמה, יהודה, און אן אנדער (אפשר יצחק), וועלכע זענען געשטארבן עטליכע יארן נאך אים. לויט איין מסורה איז א זון פון ר' יוסף געווען א חתן צו דער טאכטער ​​פון רבי יצחק לוריא. זיין זון יהודה איז געבוירן געווארן פיר אדער פינף יאר פאר זיין פאטער'ס טויט.

אין ר' יוסף'ס שו"ת אבקת רוכל (סי' קלד) איז דא א נאטיץ, "בכאן הניח הרב זלה"ה נייר חלק והיה לו לכתוב יותר בתשובה אלא שנתבקש בישיבה של מעלה וה' יכפר בעדנו אמן – דא האט דער רב, זיין געדענקעניש צו ברכה, געלאזט דעם פאפיר ליידיג. ער האט געדארפט צו שרייבן מער אינעם תשובה, נאר איז גערופן געווארן צום ישיבה פון אויבן". ער איז נפטר געווארן אין צפת דאנערשטאג י"ג ניסן של"ה אין עלטער פון 87 יאר; אלס א סימן איז שיר השירים ה, יא ציטירט געווארן: "ראשו כתם פז – זיין קאפ איז ווי דאס פיינסטע גאלד" (פ"ז, "פיין גאלד": גימטריא 87). ער איז באערדיגט געווארן אין צפת, וואו זיין קבר קען נאך געזען ווערן אויפן אלטן בית־החיים.

ווערק

זיין בארימט ווערק "בית יוסף" איז א פּירוש און קריטישע באמערקונגען צו די 4 טורים פון רבי יעקב בעל הטורים, געבויט אויף די ווערק פון די דריי וועלט-בארימטע זיילן אין דער הלכה ליטעראטור: ר' יצחק אלפסי (אלפס, רי"ף), ר' משה בן מיימון (רמב"ם), ר' אשר בר' יחיאל (רא"ש).

פון "בית יוסף" האט ער ארויסגענומען די פּסקי הלכה און מחבר געווען, אין א קורצער און אויטאָריטאַטיווער פאָרם, די 4 חלקים "שלחן ערוך", וועלכע זענען אנגענומען געוואָרן (מיט אַ סך הגהות דורך רבי משה איסערליס) דורך אַלע אידן אלס דאס דעצידירנדע הלכה־ספר.

רבי יוסף קארו האָט אויך מחבר געווען דעם "כסף משנה" אויפן משנה תורה פון רמב"ם; "בדק הבית", "כללי התלמוד", "דרשות אויף תורה און שיר השירים", ס'ווערט אנגערופן אויך "אור צדיקים", "שאלות ותשובות" אויף דעם "אבן העזר", "אבקת רוכל", פּירושים אויף משניות, רש"י, רמב"ן, און נאך. אבער, ליידער, נישט אלע זיינע ווערק זענען ערשינען.

זייענדיג א ספרדי האט דער "בית יוסף" פאַרקוקט די אשכנזישע מנהגים. דאס האט געאַרט א היבש ביסל די ראשי הישיבות פון דייטשלאנד און פּוילן. דער רמ"א ז"ל איז געווען דער ערשטער, וועלכער איז ארויסגעקומען מיט הגהות אויף דעם שולחן ערוך. אבער "אלו ואלו דברי אלקים חיים". די פריינדשאפט צווישן זיי איז געווען א שטארקע. און דער "בית יוסף" האט אפילו מזכה געווען דעם רמ"א מיט א תיקון סופרים, לויט וועלכן דער רמ"א האט געשריבן א ספר תורה.

אלס הלכה'יסט

כאטש ר' יוסף קאַראָ איז פאראייביגלט געווארן דורך זיין מערסט בארימט ווערק, דער שולחן ערוך, וואס איז געוואָרן דער אויטאריטאטיווער קאָד פון אידישן געזעץ פארן ארטאדאקסישן אידנטום איבער דער וועלט, איז זי די אומוויכטיגסטע פון ​​זיינע ווערק פון דער שטאנדפּונקט פון דער תורה-לערנונג. עס איז געווען, ווי ער אליין זאגט, א קיצור פון זיין הויפט-ווערק, וואס דער בית יוסף האט דעזיגנירט צווישן אנדערע פאר "יונגע תלמידים" (הקדמה) און ער אליין לייגט דערויף נישט קיין גרויסן עיקר. ער ציטירט עס קיינמאל נישט אין זיין שו”ת, נאר ציטירט אנשטאט דעם בית יוסף.

די בית יוסף

ר' יוסף האט אנגעהויבן שרייבן דעם בית יוסף אין 1522 אין אַדריאַנאָפּאל, און האט דערויף געארבעט 20 יאר אין א צי, און פארענדיגט אין צפת אין 1542, הגם דער ערשטער באנד איז ערשינען ערשט אין 1555. אין זיין באוואונדערנדן, קורצן הקדמה שטעלט ר' יוסף אויס דעם ציל און צוועק פון זיין חיבור. די מערהייט פון ספרי הלכה, און זייער נטייה צו געבן פסקים אָן אריינגיין אין די מקורות, אדער געבן קעגנגעזעצטע מיינונגען, צוזאמען מיט דעם אז פארשידענע קהילות פארלאזן זיך אויף פארשידענע פוסקים, האבן געבראכט א צעמישנדע פארשידנקייט פון לאקאלע מנהגים. זיין ציל איז געווען צו מאכן סדר פון דעם כאאס און – דורך גרונטליך אויספארשן יעדע איינצלנע הלכה, אנגעהויבן פון איר מקור אין דער גמרא, דיסקוטירן יעדער פאַזע פון ​​​​איר אַנטוויקלונג, און ברענגען יעדן מעגליכן אפווייכנדן מיינונג – צום סוף אנקומען צו די באשטימענדע פּסק(העב'). ער האט באשלאסן נישט צו שרייבן אַן אומאפהענגיגן ווערק "כדי נישט צו דארפן איבער'חזר'ן וואס מיינע פארגייער האבן שוין געשריבן", נאר דאס צו שרייבן אין דער פארם פון א קאמענטארן אויף א עקזיסטירנדן פוסק. ער האט ערשט געטראכט וועגן דער רמב"ם'ס קלאסישע קאָד, "ווייל ער איז דער באַרימטער פּוסק אין דער וועלט", אבער האט אפּגעווארפן דעם געדאנק, ווייל דער רמב"ם שטעלט פאָר די הלכה אָן צו געבן פארשידענע מיינונגען; ער האט ענדליך באשלאסן אויף די ארבעה טורים פון רבי יעקב בן אשר "וואס גיט די מיינונגען פון רוב פוסקים".

ס'איז נישטא קיין צווייפל, אז די דאזיגע באשלוס האט געהאט אַן אנטשיידנדן איינפלוס אויף דער גאנצער אנטוויקלונג פון הלכה. עס האט פארגרעסערט די וויכטיגקייט פון די ארבעה טורים, שוין דאן אן אויטאריטאַטיווער פוסק, נאך מער מאסשטאבליך און עטאבלירט פאר אלע צייטן די צעטיילונג פונעם חלק פון אידישן געזעץ וואס איז פון פּראקטישן אָנווענדונג אין פיר טיילן וואס ר' יעקב בן אשר האט אַנטוויקלט (זעט שולחן ערוך). עס איז מסתמא דא אן אנדער סיבה וואס ר' יוסף דערמאנט נישט. ר' יעקב בן אשר, הגם ער איז אויפגעוואקסן אין שפאניע, איז געווען דער זון פון רבי אשר בן יחיאל (רא"ש), איינער פון די גרעסטע פיגורן אין דער פראנק-דייטשישער (אשכנז) חדר, און האט דערמיט געגעבן די געוויכט אין זיין פסקים-ספר צו די מיינונגען פון די אשכנז'ישע פוסקים, וואס דער רמב"ם האט כמעט איגנארירט. אין די צוויי יארהונדערט וואס זענען פארגאנגען זינט דער צוזאמשטעלונג פון ר' יעקב בן אשר'ס חיבור, האט אבער די לימוד התלמוד פארגעזעצט און געבליט אין צענטראל־ און מזרח־אייראָפּע, בעת זי איז צוריקגעפאלן אין שפּאניע. ר' יוסף גיט א איינדרוקספולע רשימה פון נישט ווייניגער ווי 32 חיבורים, וואס ער קאנסולטירט, פון רש"י ביז רבי יוסף קולון, דערמאנט די וואס האבן געהערט צו דער פראנצויזיש-דייטש חדר און די פון דער שפּאנישער (ספרד) טראדיציע. ער לייגט צו, אז ער נוצט דעם זוהר שפּארזאם, און למעשה גיט ער נאר זעלטן א פסק אויף דעם זוהר וואס איז אין סתירה מיט ר' יעקב בן אשר. זיין געפיל פון אומבאקוועמליכקייט דערמיט זעט מען אין דעם, אז אין צוויי אזעלכע פעלער (טור וש"ע אוח קיא און רפח) קומט צו אים דער מגיד (זעט ווייטער) אין א חזיון און באשטעטיגט זיין פסק (מגיד מישרים, משלי כ"ג און פרשת ויקהל).

עס איז געווען נאך א סיבה, צו געבן בעפארצוג פאר ר' יעקב בן אשר'ס טור איבער דעם חיבור פון רמב"ם וועגן וועלכן ר' יוסף שווייגט. בשעת די לעצטע איז א פולשטענדיג קאָד, וואס נעמט ארום דאס גאנצן אידישן געזעץ צי עס איז געווען אין קראפט און אנווענדליך אין היינטצייטיגע אומשטענדן אדער נישט, באגרענעצט זיך ר' יעקב בן אשר אין זיין חיבור שטרענג בלויז צו יענע געזעצן וואס זענען פון פּראקטישן אנווענדבארקייט אין זיין צייט. ר' יוסף'ס צוגאנג שטימט מיט דעם לעצטן און עס איז שווער צו זען ווי אזוי, טראץ זיין דעקלעראציע, ער וואלט זיך געקענט באזירן אויפ'ן רמב”ם. פונדעסטוועגן ווייזט ער זיין באוואונדערונג פון און אפהענגיגקייט אויפ'ן רמב”ם, אין דעם וואס ער אדאפּטירט אין א היפּשן מאס דעם לשון הרמב"ם. ס'איז געשאצט, אז נישט ווייניגער ווי א דריטל פון דעם טעקסט איז איבערגעשריבן ווארט-ביי-ווארט פון אים. אין א תשובה (אבקת רוכל סי' לב) אויף די שאלה צי א קהילה וואס האט נאכגעפאלגט דעם רמב"ם קען זיין מחויב צו אננעמען ר' יוסף'ס פסקים, טוט ער דאס שטארק פארבאטן, און דערביי רעדט ער די שענסטע ווערטער פונעם רמב"ם, און שטעלט זיך פעסט אז זיי זאלן ווייטער זיך האלטן צו זיינע פסקים.

ר' יוסף האט פארזיכטיג צונויפגעזאמלט דעם עקזיסטירנדן טעקסט פון די טורים, עס פארגליכן מיט כתבי יד און פארראכטן די טעותי סופרים וואס האבן זיך אין אים אריינגעכאפט. אבער זיין ארבעט האט געהאט א פּראקטישן צוועק: סוף־כּל־סוף פעסטשטעלן די באשטימטע הלכה, אז עס זאל זיין "תורה אחת ומשפט אחד". דא האט ער זיך געטראפן מיט א שוועריגקייט. ער האט געפילט אז זיין אייגענע אויטאריטעט איז נישט באגעניגנד צו באשליסן צווישן סתירה'דיגע מיינונגען, און ער האט דעריבער אנגענומען אַן עמפּירישע מעטאד. ער האט גענומען ווי זיין יסוד די חיבורים פון די דריי ריזן אין הלכה - רבי יצחק אלפסי (רי"ף), רמב"ם און רא"ש און באשלאסן צו אננעמען די פסק פון א מערהייט פון די דריי. ער האט אבער בפירוש אפגעהיט א געוויסע בויגזאמקייט, וועלכן ער האט גאנץ פיין אויסגענוצט. ווען א מערהייט פון די אנדערע ספרי פסק מיט וועלכע ער האט זיך באראטן האבן נאכגעפאלגט די איינציגסטע דעה פון איינעם פון דריי אדער וואו מען האט אנגענומען א מנהג למעשה, אדער וואו עס איז נישט געגעבן געווארן קיין קלארע החלטה, דאן לאזט ער זיך אפּ פון דעם כלל, און מיט א דערפרישנדן ליבעראליטעט, לייגט ער אראפּ אז אויב זיין באשלוס איז קעגן דעם איינגעשטעלטן מנהג אין סיי וועלכע לאנד זענען זיי פריי צו איגנארירן זיין פסק, בפרט ווען דער מנהג האָט נאכגעפאלגט דעם שטרענגערע אויסטייטש.

פאר ענציקלאפּעדישע ידענות און פולשטענדיגן באהערשונג אין דער נושא, פאר גרונטיקליכקייט פון פארשונג און פאר א שטארקן קריטישן איינזיכט האט דער דאזיגער חיבור נישט קיין פארגלייך אין דער גאנצער רבני'שער ליטעראטור. ביזן היינטיגן טאג איז עס אַן אומפארציכטבארער וועגווייזער פאר יעדן וואס וויל נאכפאלגן דער אנטוויקלונג פון יעדן איינצלנעם הלכה פון גמרא פון איר מקור ביזצו ​​איר אנטוויקלונג אינעם 16טן יארהונדערט.

דער שולחן ערוך

עס איז געווען דעם אנערקענונג פונעם שלימות פון דעם חיבור, וואס האט ענדליך געגעבן דעם שולחן ערוך זיין אומ'מחולק'דיגן ארט אלס דער ספר פסקים פון הלכה 'פּאַר עקסעלענץ'. דאס אז עס איז געווען א קיצור פונעם בית יוסף, אין וועלכן עס ווערט געגעבן א דעטאלירטן אונטערזיכונג פונעם מקור און אנטוויקלונג פון יעדן דין, האט עס אוממעגליך געמאכט צו קעגנברענגען ר' יוסף די העפטיגע קריטיק וואס איז ארויסגעברענגט געווארן קעגן דעם רמב"ם'ס פסק-ספר, אז ער לייגט אראפּ די הלכה אן געבן מקורות אדער חילוקי דעות. די מאסיווע פאָליאנטן אין וואס נאכפאלגנדע קאמענטארן און סופּערקאמענטארן האָבן געשוואָלן דאס אריגינעלן טעקסט האבן פארשלייערט די פאקט אז עס איז אריגינעל געווען זייער קורץ. אין דער דריטער אויסגאבע (ווענעציע, 1567) ווערט דער טעקסט איינגעטיילט אין 30 אפטיילונגען, צו לערנען נאכאנאנד, איין אָפּטיילונג טעגליך, כדי די גאנצע חיבור זאל קענען ווערן איבערגעגאנגען אין 30 טעג, א אויפגאבע, וואס איז בכלל נישט אוממעגליך, אויב מען לערנט עס נאר צו דערפרישן דעם זכרון. אפילו א קעשענע אויסגאבע איז ערשינען, און דער שער בלאט פון דער זעקסטער אויסגאבע (ווענעציע, 1574) זאגט אויסדרוקליך אז עס איז אויסגעשטעלט אין דעם פארמאט "כדי עס זאל קענען ווערן געטראגן אין דער בוזעם אזוי אז עס קען ווערן נאכגעקוקט אין סיי וועלכן צייט און ארט, ביי דאטשע אדער ביים רייזן."

אלס מקובל

עס איז פארהאן נאך א ספר, וועגן וועלכן די טראדיציע האלט, אז דער מחבר איז געווען רבי יוסף קארו. דאס איז דער ספר "מגיד משרים" — רעליגיעז־מיסטישער טאגבוך, וואס באשטייט פון פּירושים און סודות. עס ווערט דארט דערציילט, אַז יעדן פרייטאגצונאַכטס פלעגט קומען צו רבי יוסף קאַרו די משנה, אין געשטאַלט פון אַ "מגיד" פון הימל, און אים מגלה זיין סודות און אויך דערציילן נביאות. עס זענען אָבער פאַרהאַן טייל געלערנטע (צווישן זיי קאַסעל, דער אַרויסגעבער פון קורפונטוס "קורא הדורות", וואו רבי יוסף קאַרו ווערט אָנגערופן דער מחבר פון "מגיד משרים"), וואָס האַלטן, אַז דאָס ספר איז נישט געשריבן געוואָרן דורך רבי יוסף קאַרו, און אַז עס איז געפעלשט.

ר' יוסף קאַרו איז געווען א גרויסער אָנהענגער פון רבי שלמה מולכו, מיט וועמען ער האָט זיך באַגעגנט אין אַדריאָנאָפּאַל. באַגייסטערט פון מולכו'ס קבלה־דרשות, האָט ער זיך גענומען פאַרטיפן אין קבלה און דורכגעדרונגען געוואָרן מיט די משיחישע טרוימען פון זיין דור. אין זיין "מגיד מישרים" ווייזט ער אַרויס אַ באַזונדערע ליבע צו מולכו'ן און רופט אים אָן: "שלמה אהובי", "שלמה ידידי", "שלמה חביבי". דער ערשטער טייל פון "מגיד מישרים" איז דערשינען אין לובלין, 1646, די צווייטע (ערשטע פולשטענדיקע) אויסגאַבע — אין ווענעציע, 1654.

תלמידים

רבי יוסף קאַרו האָט באַאיינפלוסט נישט נאר מיט זיינע ספרים נאר אויך דורך זיינע פילע גרויסע תלמידים, צווישן זיי די בארימטע דריי משה'ס: רבי משה קורדובירו, רבי משה גאַלאַנטי און רבי משה אלשיך, ז"ל, און צו זיינע פריינט האבן געהערט דער קדוש רבי שלמה מולכו, רבי יצחק לוריא (אר"י), רבי שלמה אלקבץ און אנדערע מקובלים.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. פארגלייכט: "תולדות גדולי ישראל" פון שבח קנעביל זייט 51, אויסגאבע דובינסקי, ניו יארק, תשט"ו מיט "אוצר ישראל", באנד ניין, זייט 88.
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל