רוי:רבי שלמה מולכו
רבי שלמה מולכו (געבוירן אין פּאָרטוגאַל לערך 1800 – פאַרברענט געוואָרן אין מאַנטוא, איטאַליע, אויף קידוש השם אין 1832) איז געווען איינער פון די באַדייטנדסטע קדושים אין דער אידישער געשיכטע.
ער איז געבוירן געוואָרן אַלס קריסט פון עלטערן-אנוסים, געהייסן "דיעגא פּירעס"; ווען דוד הראובני האָט זיך באַוויזן און אָנגעזאָגט די בשורה פון גאולה, איז דיעגאָ פּירעס מיטגעריסן געוואָרן, זיך מגייר געווען אין געהיים, א נאָמען געגעבן זיך "שלמה מולכו", אַוועק קיין סאָלאָניקי, דאָרט געלערנט קבלה ביי רבי שלמה טאיטצאק, זיך באַקענט מיט רבי יוסף קארו (מחבר פון שלחן ערוך), געוואָרן אַ דרשן; אַרומגעוואַנדערט; געזאָגט וואונדערליכע דרשות וועגן דער נאָנטקייט פון דער אידישער גאולה; אָנגעשריבן צוויי ספרימ'לעך, ספר "המפואר" (געדרוקט סאלאָניקי 1529) און "חית קנה" (געדרוקט 1658 אין אַמסטערדאם), אין וועלכע ער זאָגט אָן משיח-נבואות.
ער האָט אויך געפּרואווט האָבן אַ ווירקונג אויפן פּויבסט אין רוים, וועמען ער האָט נביאות געזאָגט וועגן דער קומענדער פאַרפלייצונג פון רוים, וואָס איז ווירקליך מקויים געוואָרן (1530). לויט טייל מיינונגען איז שלמה מולכו אויך געווען אין ארץ-ישראל, אין צפת, אין דער שטאָט פון מקובלים. ער האָט זיך ווידער געטראָפן מיט דוד הראובני און איז צוזאמען מיט אים געפאָרן אין 1932 קיין רעגענשבורג צום קייזער קארל, וועלכער איז אויך געווען קעניג פון שפּאַניע כדי צו ווירקן אויף אים צו פירן מלחמה קעגן טערקיי, און אַזוי אַרום צו ברענגען די גאולה אויף אידן. מולכו האָט געהאט מיט זיך אַ פאָן מיט אויסגעשטריקטע אותיות "מי כמוכה באלים ה'" (ראשי תבות "מכבי") קייזער קאַרל האט געלאזט ארעסטירן ביידע, מולכו'ן און ראובנ'ען, (לויט טייל מיינונגען אויף אַ מסירה פון א אידישן דאָקטאָר, וועלכער האָט מורא געהאט, אַז זייערע משיח-חלומות וועלן ברענגען אַן אומגליק אויף אידן). מולכו'ן האָט מען געבראַכט אין מאנטוא און די אינקוויזיציע האָט אים פאַראורטיילט צום טויט דורך פאַרברענען. מען האָט אים געוואָלט שענקען דאָס לעבן, בתנאי ער זאָל צוריק ווערן אַ קריסט; מולכו האָט זיך אָפּגעזאָגט דערפון און מיטן רוף "שמע ישראל" איז ער פאַרברענט געוואָרן.
רבי יוסף הכהן, מחבר פון "עמק הבכא" שרייבט: "און גאָט האָט דערזען דעם ריח הניחוח און צוגענומען זיין ריינע נשמה אין גן עדן". ער ברענגט אויך די לעגענדע, אַז מען האָט דערנאָך געזען מולכו'ן לעבעדיגערהייט. די חפצים פון מולכו האָט מען דערנאָך געהאַלטן אַלס הייליגקייטן אין פּראָג.
פון מולכו זענען געבליבן די דערמאנטע צוויי קליינע ספרימ'לעך "המפואר" און "חית קנה", וועלכע זענען זעלטנהייטן און זענען, דאַכט זיך, פאַרהאַן, נאָר אין 1 אָדער 2 עקזעמפּלאַרן (אין ביבליאָטעק פון אידישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו-יאָרק). פון שלמה מולכו זענען אויך פאַרהאן שירים און פּיוטים. ער ווערט אויך דערמאנט אין "מגיד משרים" פון רבי יוסף קאַרו.
ביבליאגראפיע
פּרטים זע אין בערנשטיינ'ס "שומרי החומות" (און באַזונדערס אין די באַמערקונגען).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!