רוי:רבי שלמה לוריא
רבי שלמה לוריא (ה'רע"א לערך - י"ב כסלו ה'של"ד), באקאנט אלס מהרש"ל אדער רש"ל, איז געווען פון די גרויסע רבנים אין פוילן אינעם זעכצנטן יאר הונדערט.
ער האט מחבר געווען עטליכע ספרים, צווישן אנדערן דעם באוואוסטן ספר ים של שלמה. אין רוב ש"סן ווערן געדרוקט זיינע הגהות אויף תלמוד בבלי אונטערן נאמען חכמת שלמה.
לעבנסגעשיכטע
דער מהרש"ל איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יחיאל בערך אין יאר ה'רע"א אין דעם בריסקער געגנט.
אין די יוגנט האט ער געלערנט אין פוזנא און זייענדיג אלט פינף און צוואנציג איז ער צוריק צו זיין געבורטס שטאט בריסק וואו ער איז א חתן געווארן צו ליפקא, די טאכטער פון הרב קלונימוס האבערקאסטן וואס איז געווען ראש ישיבה אין בריסק.
נאך זיין חתונה האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה אין בריסק וואו ער איז געווען דער ראש הישיבה ביז ער איז אלט געווארן פערציג יאר וואס דאן איז אריבער קיין אסטראה. און שפעטער איז ער אריבער ווערן ראשי ישיבה אין לובלין.
דער מהרש"ל איז נסתלק געווארן אין לובלין אין עלטער פון דריי און זעכציג יאר אום י"ב כסלו אין יאר ה'של"ד.
זיינע תלמידים
- רבי יהושע פאלק, מחבר פון דרישה, פרישה און סמ"ע
- רבי שלמה אפרים פון לונטשיץ, מחבר פון כלי יקר און עוללות אפרים
זיינע ספרים
- חכמת שלמה
- א פירוש אויף די זמירות שבת
- ים של שלמה
- יריעות שלמה
- עמודי שלמה
- שאלות ותשובות און פסקים
אויסערדעם איז געליבן אין כתב יד חידושים אויפן טור און נאך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!