רוי:ב' אלול
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ב' אלול איז דער צווייטער טאג פונעם צוועלפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם זעקסטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשז גכז הכז |
מאנטאג | שופטים |
החא השא זחא |
דינסטאג | שופטים |
בחג השג זחג זשג |
דאנערשטאג | שופטים |
בחה בשה גכה זשה |
שבת | שופטים |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תרפ"ד – דער ערשטער וועלט-צוזאמענקום פון דער השומר הצעיר באוועגונג ווערט אפגעהאלטן אין דאנציג
- ה'תשל"ח – מנחם בעגין און אנוואר סאדאט הייבן אן זייערע שלום געשפרעכן אין קעמפ דעיוויד
- ה'תשמ"ו – צוויי און צוואנציג אידן קומען אום ביי א טעראר אטאקע אין דער "נווה שלום" שול אין איסטאנבול
- ה'תשנ"ג – דער ערשטער אסלא אפמאך ווערט געשריבן צווישן מדינת ישראל און דער פי על או
- ה'תשנ"ז – פינף אומגעקומענע אין א דאפלטע זעלבסטמארד אטאקע אין בן יהודה גאס אין ירושלים
געבוירן
- ה'תר"כ – רבי ישראל האגער, דער וויזשניצער רבי, באקאנט אלס דער "אהבת ישראל" (נפטר ה'תרצ"ו)
- ה'תרע"ג – רבי שמואל וואזנער, בארימטער פוסק, ראש ישיבה פון "ישיבת חכמי לובלין" אין בני ברק און מחבר פון "שבט הלוי" (נפטר ה'תשע"ה)
- ה'תרצ"א – רבי חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן (נפטר ה'תשפ"ג)
- ה'תשט"ז – רבי יוסף דוד טייטלבוים, סאסובער רבי
יארצייטן
- ה'תקצ"ה – רבי אברהם טיקטינסקי, ערשטער ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה
- ה'תרל"ד – רבי פנחס יוסף דאכנער-שפירא, פון די קאריצער חסיד'ישע דינאסטיע
- ה'תש"ב – רבי אברהם יעקב פרידמאן, באיאנער רבי אין לעמבערג, מחבר פון "נחלת יעקב"
- ה'תש"ו – רבי אליעזר האגער פון וויזשניץ, דער מחבר פון "דמשק אליעזר"