רוי:רבי חי יצחק טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חי יצחק טווערסקי
געבורט ב' אלול ה'תרצ"א
טעטיגקייט אָרט ניו יארק
דינאסטיע רחמיסטריווקא
רחמיסטריווקא'ער רבי
ביי א טיש מיט זיין פלימעניק רבי דוד, דער רבי אין ישראל (רעכטס)

רבי חי יצחק טווערסקי (געב' ב' אלול ה'תרצ"א) איז דער ראחמיסטריווקער רבי אין בארא פארק, ניו יארק.

לעבנסגעשיכטע

רבי יצחק איז געבוירן צו זיין פאטער יוחנן טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי אין ירושלים, זון פון רבי דוד טווערסקי פון רחמיסטריווקא, און זיין מוטער אסתר רבקה, א טאכטער פון רבי נחמן יוסף ווילהעלם א אייניקעל פון די חיד"א. זיין סנדק איז געווען זיין עלטער זיידע הרב הקדוש רבי מנחם נחום זצ"ל פון ראחמיסטריווקא.

אלס קינד ביי די צוועלף האט ער זיך זייער נישט גוט געשפירט, האט מען צוגעגעבן דעם נאמען חי יצחק.

ער האט געלערנט אין דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים אונטער הרב רבי איסר זלמן מעלצער.

ער האט געהייראט מרת מַריָם טווערסקי, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא. זיין אויפריף איז געווען און די סטאלינער בית המדרש ביי זיין קרוב די קארלין-סטאלינער רבי ר' יוחנן. זיין חתונה איז געווען אין מאנהעטן פלאזא חודש אדר שנת תשי"ד. זיין חתונה איז געווען פון די ערשטע רבישע חתונה'ס אין אמעריקע. ער האט געוואוינט אין איין הויז מיט זיין שווער אין וויליאמסבורג דערנאך איז ער ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא ווען זיין שווער האט זיך ארויסגעצויגן. ער איז געווען אין שפיץ פון דעם התייסדות פונעם נייעם שטעטל זייענדיג דער מוציא ומביא דער רצון פון זיין שווער, אזוי אויך ביי זיין שוואגער דער היינטיגער סקווירא רבי איז ער שטארק צוגעשטאנען צו זיין רעכטער האנט די ערשטע יארן.

ווען די סקווירער ישיבה איז נתייסד געווארן אין סקווירא שטעטיל איז רבי משה גרין ז"ל געווען דער ראש ישיבה, אבער רבי איציקל אלס מנהל רוחני האט געהאט דאס העכסטע ווארט. ער איז אויך געזיצן ביי די הלכה סדר אין בית המדרש וואס ער איז געווען דער שואל ומשיב און ווי אויך האט ער פארהערט די תלמידים פון ישיבה און חדר מדי שבוע בשבוע אויף זייער לימודים.

אדמו"ר ומנהיג ישראל

נאך דער פטירה פון זיין טאטן כ' כסליו תשמ"ב האט דער מאכניווקער רבי מכתיר געווען אים מיט זיין עלטערן ברודער הרב רבי ישראל מרדכי צו זיין די ממלאי מקום. [עס איז געווען זייער ערהארבען צו זעהן ווי די צוויי ברידער אדמורים פירען טיש צוזאם מיט א אהבה ואחוה און אזוי ווייטער נאך דער פטירה פון זיין ברודער הרב ישראל מרדכי פירט ער ווייטער צוזאמען מיט זיין ממלא מקום הרב דוד שליט"א מראחמסטריווקא]

און ער איז דאן געווארן דער ראחמיסטריווקער רבי אין בארא פארק, ניו יארק, וואו ער פירט א חסידות מיט א תלמוד תורה 'אהל יוחנן' און מיידל שולע בית שפרה ווי אויך א כולל פאר צענדליגער אינגעלייט און פילע הונדערטער חסידים און מעריצים.

ווי אויך איז שוין דא היינט א נעץ פון בתי מדרשים און מאנסי לייקוואד ווילאמסבורג און מוסדות און ת"ת מאנסי לייקוואד.

דער ראחמיסטריווקער רבי שליט"א איז באוואוסט אלץ גרויסער ת"ח און א עובד ד' א עניו און פשטן וואס מאכט נישט קיין עסק פון זיך, א אוהב ישראל וואס געט זיך אוועק פאר אידן פרייד זיך מיט זייערע שמחות און האט מיט לייד פון זייערע צרות, יעדן טאג נעמט ער אויף שעות ארוכת אידן וואס לעכצן פאר עצה והדרכה

ער איז זייער א שיינער און הארציגער בעל תפלה וואס זיין שווער האט אים מכבד געווען נאך וואוינענדיג אין סקווירא אלץ אינגערמאן און זינט דאן דאווענט ער פאר די ימים נוראים וואס טויזנטער קומען הערן און דאווענען מיט אים.

ווי אויך איז ער א מחנך נפלא וואס זיין שווער האט אים פארטרויעט די חינוך און שיכון סקווירא פאר יארען לאנג געווען די מנהל הישיבה וואס ער האט אוועק גשטעלט די חינוך און שטעטל, וואס הונדערטער תלמידי סקווירא רעדן מיט נאסטאלגיע וועגען יענע שיינע תקופה,

זיין תורה'ס און שמועסן זענען געדריקט און סעריע פון ספרים וואס הייסט אמרות טהורות וואס ווי נאר עס קומט ארויס א באנד פון דריק ווערט דאס פארכאפט ביי פילע טויזענטער שוחרי תורה וחסידות

רבי חי יצחק טווערסקי האט קונה געווען תורה וחסידות ביי פיל פריערדיגע גדולי ישראל: אהרן פון בעלזא, שלמה פון זוועהיל, דער אמרי אמת און זיין זון דער בית ישראל פון גער, ווי אויך ביי רבי איסר זלמן מעלצער און דער טעפליקער רב, רבי שמשון אהרן פאלאנסקי זצ"ל, רבי מרדכי מסלאנים זצ"ל.

משפחה

די קינדער פון רבי חי יצחק און מרת מַריָם זענען:

  • רבי מרדכי (נפ' תשנ"ב) איידעם פון זיין פעטער ר' וועלוועל טווערסקי
  • רבי דוד משה איידעם פון רבי יעקב יצחק פון דאמבראווא
  • רבי ישכר דב איידעם פון רבי יעקב שלמה קלוגהויפט פון סטרעליסק
  • רבי אברהם יהושע העשיל איידעם פון זיין פעטער ר' רבי דוד טווערסקי דער סקווער'ר רבי.
  • רבי ישעיהו משולם זושא, האט געהייראט מרת פייגא חנה רחל, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם דב טווערסקי, איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • רבי יעקב יוסף, האט געהייראט מרת חיה דבורה, טאכטער פון רבי ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון אמעריקע.
  • רבי מנחם נחום איידעם פון רבי משה פון קאלוב.

איידעמער:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!