רוי:רבי אהרן רוקח

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אהרן רוקח
טעקע:Belz Aaron.JPG
דער בעלזער רב, ר' אהרן
טעקע:Reb aron belzer and mekurvim.jpg
דער רב זצ"ל ארומגענומען מיט מקורבים

רבי אהרן רוקח מבעלזא (אלול ה'תר"ם - כ"א אב ה'תשי"ז) איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון "בעלזא" - א זון פון הרה"ק רבי ישכר דוב זצ"ל, זון פון הרה"ק יהושעלע זצ"ל, זון פון הרה"ק שלום זי"ע, אויך באקאנט אין חסידישן לעקסיקאן אלס דער "שר שלום פון בעלז".

"רבי אהר'לע בעלזער", ווי ער ווערט אנגערופן אין דער אלגעמיינער חסידישער וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה פאר דער צווייטער וועלט מלחמה און בעלז בחורבנה נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט ער מיט זיינע לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון דעם בעלזער חסידות .

ער איז ביי דער צווייטער וועלט מלחמה אנטלאפן פון בעלז אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזנדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון פרימישלאן, באכניע, קראקא, צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זיין אינגערן ברודער רבי מרדכי, דער בילגארייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפש'דיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים קיין בודאפעשט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל.

גייסטיש צוקלאפט און צובראכן (צום באמערקן, ער האט זיך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג), אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכות'דיגן רבי'ן וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער חסידים, אבער מיט א אויסגעלייטערטער קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגער צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל.

פילצאליגע וואונדער, מופתים און הייליגע הנהגות ווערט אויף אים פארציילט דורך זיינע אנהענגער.

כ"א אב, איז די יארצייט, די לעצטע תורה וואס ער האט געזאגט פאר זיין אוועק גיין פון דער וועלט, איז באקאנט, למען ירבו ימיכם, וימי בניכם, כימי השמים, איר זאלט האבן הימל'דיגע טעג, על הארץ, אויף דער וועלט, דהיינו זיך אויפפירן ערליך.

זיין פאמיליע

זיינע קינדער זענען געווען:

  1. רבי משה - איידעם ביי רבי פנחס שלום פון וואלבראם, אן אייניקל פון רבי שלום רוקח און דער חוזה פון לובלין,
  2. רבי ישראל - איידעם ביי רבי אליהו חיים פון סקאהל אן אייניקל פון רבי שלום רוקח.
  3. איידעלע ווייב פון ר' משולם ישעיה זושא טווערסקי, זון פון רבי פינחס פון אוסטילע, דער איידעם פון ישכר דוב רוקח.
  4. רבקה מרים ווייב פון רבי שמואל פרענקל, זון פון ר' אברהם יושע העשיל פרענקל פון הובניב, אייניקל פון רבי שלום רוקח פון בעלז
  5. מירל ווייב פון רבי יודא וואגשאהל פון לעמבערג אייניקעל פון רבי שלום'קע בעלזער ורבי אלימלך פון ליזענסק, איר צווייטער מאן איז געווען ר' משה אליקים בריעה ז"ק.
  6. שרה ברכה ווייב פון רבי ישראל ראזענפעלד בן רבי נפתלי שמואל צבי פון קאמינקא .
  7. אברהם יושע העשיל - געשטארבן יונגערהייט.
  8. אלעזר מנחם נחום - געשטארבן יונגערהייט

נאך זיין פטירה האט ער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער (אלע זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע).

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חנה (תרע"ה - כ"ט מרחשון תשע"ד), די אלמנה פון רבי יוסף מאיר פאלאק.

זיין פלאץ האט ערפולט זיין פלומעניק, זון פון זיין ברודער רבי מרדכי, דאס איז דער היינטיגער ישכר דוב רוקח.

טעקע:Belz.0.jpg
ארויסבאגלייטנדיג זיין אינגערן שוואגער ר' יוחנן טווערסקי

זיינע תלמידים

משמשים בקודש


פריערדיגער:
הרב ישכר דוב רוקח
אדמו"ר פון בעלז
ה'תרפ"ז - ה'תשי"ז
קומענדיגער:
הרב ישכר דוב רוקח