רוי:רבי אברהם חיים ראטה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם חיים ראטה
געבורט י"ד אדר א' תרפ"ד
טויט ה' אלול תשע"ב (אלט: 88)

רבי אברהם חיים ראטה (י"ד אדר א' תרפ"ד 19טן פעברואר 1924 - ה' אלול תשע"ב 22סטן אויגוסט 2012) איז געווען דער שומרי אמונים רבי 66 יאר.

ביאגראפיע

רבי אברהם חיים איז געבוירן פורים קטן תרפ"ד אין בערעגסאז, טשעכאסלאוואקיי (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער רבי אהרן ראטה, דער גרינדער פון דער שומר אמונים חבורה, און זיין מוטער סימא.

ער האט געהייראט מרת בתיה חיה, די טאכטער פון רבי מרדכי גאלדמאן, זוועהילער רבי.

נאך זיין פאטערס פטירה האבן רוב פון די חסידים מקבל געווען די רעביסטעווע פון זיין שוואגער, רבי אברהם יצחק קאהן, גרינדער פון תולדות אהרן, און א קלענערער טייל האבן אויפגענומען רבי אברהם חיים.

ער האט ארויסגעגעבן זיין פאטערס ספרים: "שומר אמונים", "שלחן הטהור", "טהרת הקודש", "נועם הלבבות" און "מבקש אמונה".

אין די אנהייב תש"כ יארן האט ער אויפגעשטעלט קרית שומרי אמונים לעבן מאה שערים. אין דעם פערטל האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה גדולה און א ישיבה קטנה.

אין זיינע שפעטערע יארן האט ער געפירט זיין הויף קיין בני ברק, אבער ימים טובים פלעג ער פייערן אין ירושלים.

משפחה

רבי אברהם חיים האט געהייראט מרת בתיה חיה, טאכטער פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל. זייערע קינדער:

  • הרב רפאל אהרן, פון בני ברק (נפטר געווארן כ"ג אב תש"פ)
  • הרב גדליה משה, איידעם ביי רבי אליעזר זאב ,אדמו"ר פון ראחוב אין אשדוד
  • הרב שלמה, איידעם ביי רבי שלום יהודה גראס, האלמינער רבי. דינט אלס רבי אין ירושלים
  • הרב יעקב יצחק, איידעם ביי רבי אייזיק שמחה שנעעבאלג, זידיטשובער רבי אין בארא פארק. דינט אלס רבי אין קרית גת
  • די ווייב (בזיווג ראשון) פון רבי אורי געלדציילער פון סאמבור מאנסי.
  • גיטל, ווייב פון רבי דוד צבי שלמה האראנטשיק (–תשע"ו) פון ראדאשיץ
  • רייזיל, ווייב פון רבי ישראל שטערן (תשכ"ב–תשע"ג) פון נעשכיז-אשדוד, זון פון רבי מאיר שטערן, רב פון מירון
  • דינה, ווייב פון רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט פון דעעש בני ברק
  • דבורה, ווייב פון רבי יצחק אהרן קארף
  • ברכה
  • שרה

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!