רוי:2012
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
2012 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2012 MMXII |
אידישער לוח | ה'תשע"ב - ה'תשע"ג |
כינעזישער קאלענדאר | 4708 – 4709 辛卯 – 壬辰 4709 איז דאס יאר פונעם דראַקאן |
עטיאפישער קאלענדאר | 2004 – 2005 |
פערסישער קאלענדאר | 1390 – 1391 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1433 – 1434 |
2012 איז דאס 12טע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. דאס איז אן עיבור יאר, וואס איז 366 טעג. יאנואר 1 2012 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
געשעענישן
- 15טן יאנואר - וואלן אין פינלאנד
- 6טן פעברואר - דיאמאנט יובל פון עליזאבעט די צווייטע, 60 יאר מלכה פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, קאנאדע, אויסטראליע און ניי זילאנד
- 20סטן מאי - א רינג ליקוי חמה, זעבאר אינעם פאציפישן אקעאן
- 27סטן יולי ביזן 12טן אויגוסט - אלימפיאדע אין לאנדאן, ענגלאנד
- 29סטן אקטאבער - הוראגאן סענדי קלאפט דעם מזרח בארטן פון די פאראייניגטע שטאטן, שאפט היזקים פון $50 ביליאן און שווערע קראפט אויסלעשן.
- 13טן נאוועמבער - גאנצע ליקוי חמה
געשטארבן
- 25סטן אויגוסט - ניל ארמסטראנג, אמעריקאנער אסטראנאט, ערשטער מענטש צו גיין אויף דער לבנה (געב' 1930)
ימים טובים
- 8טן מערץ - פורים
- 7טן אפריל - ערשטער טאג פסח
- 27סטן מאי - שבועות
- 17טן סעפטעמבער - ערשטער טאג ראש השנה
- 26סטן סעפטעמבער - יום כיפור
- 1טן אקטאבער - סוכות
- 9טן דעצעמבער - חנוכה
יארן און יארהונדערטער | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!