רוי:רבי שלמה גאלדמאן
געבורט | ה'תרכ"ט |
---|---|
טויט | כ"ו אייר ה'תש"ה (אלט: 76 בערך) |
באשעפטיגונג | זוועהילער רבי |
רבי שלמה גאלדמאן, מער באוואוסט אלס רבי שלמה'קע זוועהילער (ה'תרכ"ט - כ"ו אייר ה'תש"ה, 1869 - 1945), איז געווען דער פערטער זוועהילער רבי. אין זיינע לעצטע יארן האט ער אויפגעשטעלט דאס זוועהילער חסידות אין ירושלים. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי מיכל זלאטשאווער, איינער פון די תלמידי בעל שם טוב.
ירושלימער אידן פארציילן אויסטערליש וואונדערליכע זאכן איבער אים.
ביאגראפיע
רבי שלמה איז געבוירן אין דער שטאט זוועהיל, אין יאר תרכ"ט, אלס דאס יונגסטע קינד ביי רבי מרדכי זוועהילער, דריטער זוועהילער רבי און שטאטס רב פון זוועהיל, און זיין מוטער די טאכטער פון רבי שלמה גראנאווער.
נאך דער פטירה פון זיין טאטן, אין יאר תרס"א, איז ער אויפגענומען געווארן אלס זוועהילער רבי, זייענדיג 31 יאר אלט. ער האט געפירט זיין הויף אין זוועהיל פאר 25 יאר, ביז ער האט באשלאסן ארויפצוגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל, אין ליכט פון דעם אויפשטייג פון קאמוניזם.
ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער באשלאסן צו לעבן פארשלייערט, און נישט פראווען קיין רבי'סטעווע. ער האט זיך באזעצט אין אלטשטאט ירושלים עיה"ק.
א צייט שפעטער האט מען אויפגענומען דעם רבי'ן אלס מגיד שיעור אין ישיבת חי עולם.
פאר עטליכע יאר האט ער באוויזן צו לעבן באהאלטענערהייט, אן דעם וואס זיינע ארומיגע זאלן וויסן אז ער איז געווען א גרויסער רבי אין אוקראינע. פאר דריי יאר האט דער צדיק באוויזן זיך צו באהאלטן. איין טאג איז א איד פון זוועהיל אנגעקומען ירושלים און ער האט אנטפלעקט דעם סוד.
אין דער זעלבער צייט איז אויך אנגעקומען א בריוו פון זוועהילער איינוואוינער, וועלכע האבן געשריבן צום ירושלימ'ער רב, רבי יוסף חיים זאנענפעלד, אז מען זאל זיך זארגן פאר דעם זוועהילער רבי'ן.
נאך עטליכע עפיזאדן איז דער נאמען פון רבי שלמה'קע צוביסלעך באקאנט געווארן אין שטאט.
כ"ו אייר, ה'תש"ה, אויפ'ן טאג וואס מען ציילט "יסוד שביסוד" אין ספירת העומר, איז דער צדיק נפטר געווארן אין עלטער פון 67 יאר. מען האט אים באערדיגט אויפ'ן הר הזיתים.
פאמיליע
רבי שלמה האט געהייראט די טאכטער פון רבי אלטער פון דאוויד-האראדאק. זייערע קינדער:
- גדליה משה, זיין נאכפאלגער זוועהילער רבי.
- רבי מרדכי
- די ווייב פון רבי שמואל מרדכי פון סטאבוכווע
זיינע תולדות איז געדרוקט אינעם ספר צדיק יסוד עולם וועלכער איז ארויסגעגעבן דורך הרב דוד ווערנער אין אייר תשמ"ו און איז דערנאך איבערגעדרוקט געווארן דורך מוסדות זוועהיל אום תשס"ו.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!