רוי:ראחמיסטריווקא (חסידות)
ראחמיסטריווקא איז א שטעטל אינעם טשערקאסער געגנט פון היינטיקער אוקראינע, וואו הר"ר רבי יוחנן טווערסקי, דער יונגסטער זון פונעם טשערנאבילער מגיד און אן איידעם פון הר"ר פינחס פון קאלק, האט אויפגעשטעלט זיין הויף. די רחמיסטריווקער רבי'ס זענען פון דער טשערנאבילער גזע.
געשיכטע
אין תרנ"ה איז דער ערשטער רבי, רבי יוחנן נסתלק געווארן, און מ'האט אים באהאלטן אין דעם בית עולם און געבויט אויפן קבר אן אוהל.
זיינע זון האבען ממשיך געווען ביז עס איז גווארען שווער צו וואינען וועגען די פילע פאגראמען זענען זיי ארויף קיין ארץ ישראל און איבערגעפלאנצט די הויף אין ירושלים עיר הקודש
רבי מאטעלע (מרדכי), א זון פון רבי יוחנן, האט עולה געווען קיין ארץ ישראל און איבערגעפלאנצט דעם הויף אין ירושלים. נאך זיין פטירה האט געפירט רבי נחום אין ירושלים.
נאך ר' נחום'ס פטירה האבן געפירט אין ירושלים זיינע קינדער, ר' אברהם דוב מיט ר' דודיע, וואס יעדער האט באוואונדערט דאס אחדות צווישן זיי. זיי האבן זיך געטיילט מיט אלע כיבודים אלע זאגעריי האט געזאגט ר' דודיע זייענדיג א חזן און סנדקאות וכדומה איז געווען פאר ר' אברהם בער. אנדערע האבען געמיינט אז ר' אברהם דוב איז דער רבי, און ר' דוד דער שמש, זייענדיג אזא פשטן און אזא עניו, קוויטלעך האט מען גענומען צוזאמען מיט ברודערשאפט און ליבשאפט.
נאך דער פטירה פון ר' אברהם בער איז געווען זיין זון ר' אפרים א שטיק צייט רבי צוזאמען מיט זיין פעטער ר' דודיע. ר' אפרים איז געווען דער אפוטרופס פון דער ירושה פון זיין עלטער פעטער ר' מאטעלע.
נאך ר' דוד'ס פטירה האט ממלא מקום געווען זיין זון ר' יוחנטשע און זיינע זין זענען ר' מאטל אין ירושלים און רבי חי יצחק אין בארא פארק.
וואס איז געווען צו באוואונדערען צוויי ברידער מיט אזא ענווה, דאן איז ראחמיסטריווקא געווארן פון א שטיבל אויף רחוב שפת אמת א וועלט'ס חסידות מיט טויזנטער אנהענגער און גרויסע שולן מוסדות און שטיבלעך ארום דער וועלט.
רחמיסטריווקער רבי'ס און ייחוס
רבי יוחנן טווערסקי (ה'תקע"ו - ד' ניסן ה'תרנ"ה), דער ערשטער רחמיסטריווקא רבי, א זון פון מאטעלע טשערנאבילער, דער זון פונעם מאור עינים, פון די תלמידי בעש"ט.
- רבי דוד טווערסקי (רבי דוד'ל זלאטיפאלער) ( - י"א טבת ה'תרע"ה), פון זלאטיפאלי. ער האט געהייראט מרת בת־ציון צפורה פייגא א טאכטער פונעם בית אהרן.
- רבי מרדכי טווערסקי הי"ד (רבי מאטעלע ראחמסטריווקער), (ה'ת"ר - י"ז אייר ה'תר"פ), פון רחמיסטריווקא-ירושלים.
- רבי משה טווערסקי פון אדעסע
- רבי פנחס טווערסקי הי"ד (רבי פיניעלע אוסטילער) (ה'תר"ם - י"ט אייר ה'תש"ג), פון אוסטילא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב ישכר דוב רוקח רב אין בעלזא.
- מרת טראני, די ווייב פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, סקווירער רבי
- רבי מנחם נחום'טשע טווערסקי (ה'תר"ג - כ"ח שבט ה'תרצ"ו), פון רחמיסטריווקא-ירושלים. ער האט געהייראט מרת חוה א טאכטער פון רבי זאב אוירבאך.
- רבי אברהם דוב טווערסקי (ה'תרכ"ה - כ"ט אב ה'תש"ה), פון רחמיסטריווקא.
- רבי אפרים טווערסקי (ירושלים)
- רבי דוד טווערסקי
- רבי יוחנן טווערסקי
- רבי דוד טווערסקי (ה'תרל"ב - י"ג תמוז ה'תשי"א). ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי, פון סקווירא.
- רבי יוחנן טווערסקי (י"ז מנחם אב ה'תרס"ג - כ' כסלו ה'תשמ"ב), רחמיסטריווקער רבי פון ירושלים.
- רבי ישראל מרדכי טווערסקי (ז' סיון ה'תרפ"ט - כ"ב סיון ה'תשס"ד), רחמיסטריווקער רבי פון ירושלים.
- רבי חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי פון בארא פארק.
- רבי מרדכי טווערסקי (נפטר געווארן אין לעבן פון זיין פאטער)
- רבי דוד משה טווערסקי (געבוירן י"א טבת ה'תשי"ט)[1], רחמיסטריווקא - בארא פארק.
- רבי ישכר דוב טווערסקי (געבוירן ג' ניסן ה'תשכ"א)[1], רחמיסטריווקא - לעיקוואד.
- רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי (געבוירן י"ח חשון ה'תשכ"ג)[1], רחמיסטריווקא - מאנסי.
- רבי ישעיה משולם זושא טווערסקי (געבוירן כ"ב אב ה'תשכ"ד)[1], רחמיסטריווקא - לינדן.
- רבי יעקב יוסף טווערסקי (געבוירן י"ג אב ה'תשכ"ט)[1], רחמיסטריווקא - לינדן.
- רבי מנחם נחום טווערסקי (געבוירן ט' טבת ה'תשל"ב)[1], רחמיסטריווקא - אוק ענד וויין.
- רבי אברהם דוב טווערסקי, רחמסטריווקא - מאנסי.
- רבי יוחנן טווערסקי (י"ז מנחם אב ה'תרס"ג - כ' כסלו ה'תשמ"ב), רחמיסטריווקער רבי פון ירושלים.
- רבי משה טווערסקי פון פאריז.
- רבי יעקב יוסף טווערסקי (ה'תר"ל (אומגעפער) - י"ג אייר ה'תרצ"א), פון סטאניסלאוו.
- רבי אברהם דוב טווערסקי (ה'תרכ"ה - כ"ט אב ה'תש"ה), פון רחמיסטריווקא.
- רבי זאב וואלף (וועלוועל) טווערסקי (ה' אדר ה'תר"י - כ' ניסן ה'תרצ"ז), פון רחמיסטריווקא ירושלים. ער האט געהייראט מרת בת שבע, א טאכטער פון רבי ישעיה משולם זושא טווערסקי, פון טשערנאביל
- רבי דוד טווערסקי, אן איידעם פון רבי אברהם דוב טווערסקי (ה'תרכ"ה - כ"ט אב ה'תש"ה), פון רחמיסטריווקא.
- מרת פייגא, די ווייב פון רבי יעקב אריה לייב טווערסקי (ה'תר"ז (אומגעפער) - כ"ח אייר ה'תרע"ח), פון טוריסק, א זון פון אברהם טווערסקי, דער טריסקער מגיד.
- די ווייב פון רבי מרדכי טווערסקי פון שפיקאוו.
זעט אויך
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!