רוי:רבי ישראל מרדכי טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישראל מרדכי טווערסקי (ז' סיון ה'תרפ"ט - כ"ב סיון ה'תשס"ד) איז געווען רחמיסטריווקער רבי אין ירושלים 22 יאר.

ביאגראפיע

רבי ישראל מרדכי איז געבוירן אין ירושלים מוצאי שבועות תרפ"ט צו זיין פאטער הרה"צ רבי יוחנן'טשע פון רחמיסטריווקא און זיין מוטער רבקה, א טאכטער פון רבי נחמן יוסף ווילהעלם. ביי זיין ברית איז דער בית אברהם פון סלאנים געווען דער מוהל און זיין עלטער זיידע רבי נחום'טשע געווען דער סנדק. מ'האט אים געגעבן א נאמען ישראל נאכן בעל שם טוב (זיין יארצייט געפאלט שבועות) און מרדכי נאך רבי מאטעלע זלאטיפאלער וואס איז נפטר געווארן קורץ פאר דעם.

צו דריי יאר ווען מען האט אים געמאכט פיאות האט מען אים גענומען צום אמרי אמת וואס איז דעמאלסט געווען אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין דעם חדר און ישיבה קטנה חיי עולם, דערנאך איז ער געווען א תלמיד אין דער שפת אמת ישיבה.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי סענדער אורי. אפילו נאך דער חתונה פלעג ער לערנען אין בית מדרש 23 שעה'ן אין א מעת לעת.

חסידות און רביסטעווע

ווען זיין פאטער רבי יוחנן'טשע איז געווארן רבי אין תש"י פלעג ער איבערזאגן זיינע תורות, און נאך דעם האט ער געזאגט א שיעור אין מאור עינים פון רבי נחום טשערנאבילער. ער האט אויפגעשטעלט די מאור עינים ישיבה אין ירושלים.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער כ' כסלו תשמ"ב האט ער איבערהויפט נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטיווע, אבער דער מאכניווקער רבי האט אים באקרוינט אלס ממלא מקום און רבי. ווען ער איז אויפגעשטאנען פון דער שבעה האט ער גענומען דאס ערשטע קוויטל פון זיין שווער, רבי סענדער אורי. אפטמאל אינמיטן אויפנעמען דעם עולם פלעג ער זיך אוועקנעמען דורך א הינטערשטער טיר גייען לערנען א שעה אדער לענגער אין א ספרד'ישער שול.

ווען זיין ברודער, דער רחמיסטריווקער רבי פון בארא פארק, איז געווען אין ארץ ישראל האבן די צוויי ברידער געפירט טיש צוזאמען.

אין דעם יאר תשנ"א איז ער געווארן קראנק און ער האט פון דעם געליטן ביז זיין לעצטן טאג. כ"ב סיון תשס"ד איז ער נפטר געווארן אין דער עלטער פון 75. ערב שבת נאך חצות האט מען אים באגראבן אינעם רחמיסטריווקער אהל אויף הר הזיתים, וואו עס ליגן אויך זיין פאטער רבי יוחנן, זיין זיידע רבי נחום'טשע, זיינע ברידער רבי מאטעלע און רבי וועלוועלע און דער מאכניווקער רבי.

משפחה

די קינדער פון רבי ישראל מרדכי זענען:

  • דוד טווערסקי, דער היינטיגער רבי אין ארץ ישראל—אן איידעם ביי רבי משה ניישלאס, רב פון שיכון סקווירא.
    • די ווייב פון רבי שמואל אברהם אבא טווערסקי, זון פון זיין שוועסטער-קינד רבי יעקב יוסף בן רבי יהושע טווערסקי.
    • די ווייב פון רבי דוד יצחק יעקב בידערמאן, זון פון רבי נחמן בן רבי אלטער פון לעלוב.
  • רבי נחמן יוסף. געווארן א חב"דסקער חסיד, א ר"מ אין ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין קרוין הייטס—איידעם פון רבי משה אשכנזי.
  • די ווייב פון רבי בן ציון ראבינאוויטש, ר"י מאור עינים.
  • די ווייב פון רבי יהושע מנחם שטרן, זון פון רבי יצחק יהודה גאב"ד ביליץ, רב פון ראחמיסטריווקע אין בני ברק.
  • די ווייב פון רבי שלמה טייטלבוים, אלעסקער רבי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!