רוי:ליובאוויטש (חסידות)

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:חב"ד)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער לעצטער ליובאוויטשער רבי

ליובאוויטשער חסידות שטאמט פון דעם שטעטל ליובאוויטש אין ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס), עס ווערט אויך גערופן חב"ד, וואָס איז ראשי תיבות ח'כמה ב'ינה ד'עת, א טערמין פון קבלה.

חב"ד האבן א ברייטע טעאלאגיע, ווייל די שיטה זייערע האט צו טאן בעיקר מיט עניינים וואס זענען נוגע צו חקירת אלוקות. צווישן די באגריפן וואס חב"ד'ס טעאלאגיע האנדלט מיט איז נמנע הנמנעות, א קאסמיזם, השגחה פרטית אפילו אויף חי צומח דומם, און אנדערע באגריפן.

רבי'ס פון חב"ד-ליובאוויטש

רבי שניאור זלמן פון ליאדי (י"ח אלול ה'תק"ה - כ"ד טבת ה'תקע"ג), דער אלטער רבי, בעל התניא, דער גרינדער פון חב"ד חסידות.

ליובאוויטשער חסידות

חב"ד חסידות איז געגרינדעט געווארן אין דער רוסלענדישער אימפעריע דורך רבי שניאור זלמן מליאדי, דער פארפאסער פון ספר התניא, אנגערופן דורך די חב"ד חסידים "דער אלטער רבי". זיי לערנען תורת חסידות חב"ד וואס איז געשריבן און געזאגט געווארן דורכן בעל התניא און זיינע נאכפאלגער די אדמו"רים פון ליובאוויטש, קאפוסט א.ד.ג. זיי האבן שטארקע אמונה אין דעם אויבערשטן און אין א רבי'ן, און קאכן זיך אין לערנען און מאכן וואס מער שיעורי תורה איבער דער גאנצער וועלט סיי שיעורים אין דעם טייל פון תורה וואס רופט זיך אן "נגלה דתורה" (דאס הייסט, תנ"ך און ש"ס, און דאס גלייך), און סיי שיעורים אין דעם אנדערן טייל "נסתר דתורה" (דאס הייסט, קבלה און חסידות), ספעציעל ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם ספר תניא און אנדערע ספרים פון זייערע אדמו"רים.


ליובאוויטשער חסידות אין אמעריקע האט אסאך אייגנארטיגקייטן וואס טוט זיי אפטיילן פון דער אלגעמיינער חסידישער גאס. די הויפט ראלע איז דאס אז פון איין זייט זענען זיי גאנץ פיין איינגעגלידערט מיט דער אלגעמיינער באפעלקערונג, זייענדיג שטארק צושפרייט אין פילע פארשטיפטע שטעט, אויך זענען טייל פיל מער מאדערן פון סתם חסידים, קומענדיג פונעם קאמוניסטישן סאוועטן פאראיין ווי זייער אידישער לבוש און הלוך ילך איז געווען שטארק באגרעניצט. אבער פון דער אנדערער זייט פלאקערן זיי ווי פארצייטישע חסידים, אויך האלטן זיי זיך שטארק מיטן רעדן אידיש און אין די גרויסע קהילות זייערע, ווי אין קרוין הייטס און אין כפר חב"ד, לערנען נישט די קינדער אין חדר "לימודי חול" אויסער די וויכטיגסטע פעכער ווי ענגליש און מאטעמאטיק. די גרויסע תלמוד תורה אין קרוין הייטס איז די איינציגסטע חדר אין די פאראייניגטע שטאטן וואס לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.

ווי אויך איז נישט דא ביי זיי קיין איסור זיך צו באנוצן מיט מאדערענע טעכניק, ווי אינטערנעט און ווידעא, פארשטייט זיך אויף גוטע צוועקן, כאטש וואס די אלגעמיינע חרדים האבן עס געאסרט. דאס איז וויבאלד איינע פון די יסודות אין חסידות חב"ד איז, אז איעדע זאך וואס מען קען נוצן אויף גוטס און אויף שלעכטס, איז אנשטאט עס דערווייטערן, זאל מען ענדערש מאכן דערפון א כלי פארן צד הקדושה. דערפאר נוצט מען אט די מאדערנע טעכניק אויף תורה'דיגע זאכן, הויפזעכליך צו פארשפרייטן אידישקייט און חסידות צו מענטשן וואס זענען נאך נישט קיין פרומע אידן.

פון דעם לעצטן רבי'ן זענען ארויס געגעבן געווארן מער פון 60 בענדער פון חידושי תורה אויף ש"ס, רמב"ם, שלחן ערוך און אין ענייני חסידות און קבלה, אויך 42 בענדער פון מכתבי תורה פון אים. דאס וואס מען האט שוין געדריקט ביז היינט איז בלויז א קליין פראצענט פון די אלע כתבים וואס איז געבליבן פון אים. כאטש וואס זינט ער האט אנגענומען די נשיאות און געווארן דער ליובאוויטשער רבי האט ער כמעט נישט פארלאזט זיין וואוינארט אין קרוין הייטס, דאך איז ער געווען שטארק באוואוסט אין דער גארער וועלט אלס א ריזיגער גאון און צדיק וועלכער האט מקרב געווען צענדליקע טויזנטער אידן צו אידישקייט.

ליובאוויטשער מנהגים

  • נישט שלאפן אין דער סוכה אין יו"ט סוכות, ווי דער מיטעלער רבי דער שווער פון צמח צדק האט זיך אויסגעדריקט אז 'ווי קען מען שלאפן אין אזא הייליגע סוכה אין "אורות מקיפין דבינה"'. די הנהגה איז אנגענומען אויך ביי געוויסע אנדערע חסידים ווי בעלזא און סטיטשין. דער לעצטער רבי האט מסביר געווען פארוואס דאס שטימט גענוי מיט דער הלכה, ווייל דער רמ"א שרייבט אין שלחן ערוך אז מען פירט זיך נישט צו שלאפן אין דער סוכה, וויבאלד עס דארף זיין "תשבו כעין תדורו" איז דער חיוב פון שלאפן אין סוכה נאר אויף איינער וואס פארמאגט א פריוואטע סוכה וואס די מאן און ווייב קענען ביידע דארט געהעריג שלאפן פונקט ווי א גאנץ יאר[1].
  • זיך נישט וואשן ביי שלוש סעודות, נאר יוצא זיין מיט מזונות, פירות, און דברי תורה. אויך דאס איז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי מסביר ווי דאס שטימט מיט דער קלארער הלכה וואס איז גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז מען איז יוצא שלש סעודות מיט פירות און מזונות[2].

לעצטן רבין'ס שיטות

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, האט שטענדיג זיך געמישט אין רעגירונג פאליסי ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון פאליטיק. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדלן מיט אראבער און אז זיי פארשטייען בלויז דעם מיליטערישען פויסט. באזירט אויף דעם שלחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליאנען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין לאזונג פון "אף שעל" וואס האט שטענדיג געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. ער האט אנגעזאגט זיינע חסידים נישט צו גיין אפיציעל מיט קיין מפלגות, נאר מען זאל שטימן - לויט די הוראה פון זיין הייליגן שווער, כ"ק אדמו"ר מהריי"ץ זיע"א אום תש"ח לפ"ק - פאר דעם "מערסט חרדישע פארטיי" "החרדית ביותר - לדבר ה' זה הלכה".

די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין פאליטיק אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואוילטעטיגע קירוב ארבעט פון ופרצת.

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדל שניאורסאהן זצ"ל, פלעגט שטענדיג צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן משיח, און מחזק זיין די אמונה און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די ברכה פון שמונה עשרה "את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח...כי לישועתך קיווינו כל היום". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין רמב"ם די הלכות פון גאולה און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.

שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמו"רות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז דער דור איז דער לעצטער דור פון גלות. אין יאר ה'תשנ"א האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין שווער (דער פריער'דיגער ליובאוויטשער רבי, רבי יוסף יצחק שניאורסאן) האט שוין געזאגט אלס א נביא: "ענווים, הגיע זמן גאולתכם".

צוליב דעם און צוליב זיין אָפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיגסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח. זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם, ספעציעל לויט'ן כלל אז משיח וועט מחזיר בתשובה זיין פיל אידן צום דרך התורה. אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער "נשיא דורנו" כאטש ער האט שוין נישט געלעבט. די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט, אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער, אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין. דאס, לויט וואס איז אנגענומען ביי חסידים אז ווען א רבי וויל רעדן וועגן זיך, רעדט ער פונ'ם טאט'ן א.א.וו. (זע שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א, ש"פ האזינו תשי"ג)

נאך זיין הסתלקות האבן א טייל פון זיינע חסידים אויפגעהערט צו זאגן אז ער איז משיח, און האבן אויסגעטייטשט אז כאטש ער האט וואלט געקענט זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם און איז געווען אין דער ריכטיגע מדריגה, איז אבער דער דור נישט ראוי געווען דערצו (סיידן אויב עס וועט זיין צו אים "תחיית המתים" נאך פאר משיח'ס קומען (ווי עס שטייט אין גמרא וועגן געוויסע צדיקים), וועט ער קענען ווערן צוריק דער "משיח").

אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער איז דער מלך משיח, באזירט אויף א גמרא וועלכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע.[מקור פארלאנגט] די דאזיגע ווערן אנגערופן "משיחיסטן".

די הויפט חב"ד ארגאניזאציעס, ווי אויך דאס רוב "חב"ד שלוחים", רבנים און ראשי ישיבות האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס'איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען, זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מ'זאל רעדן וועגן ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח.

צווישן די חב"ד'ס רבנים היינט מ'קען צייכן אברהם בערגשטיין, לוי טלזנר, טוביה בלויא, שלום פופר, שלום דב וואלפא.

770 בית חיינו

ליובאוויטשער חסידות איז זינט ווען דער רבי ריי"ץ געקומען קיין אמעריקע הויפטקווארטירט אין 770 איסטערן פארקוועי, קרוין הייטס, וואס איז געווען רבי מנחם מענדל שניאורסאהןס שול. זיי רופן דעם אדרעס בית חיינו, ווייל פון דארטן זענען זיי יונק, און די מאדעלן ווערן געבויט איבעראל אין זייער צענטערן.

חב"ד שלוחים

טעקע:Shlochim.jpg
טויזנטער פון די "חב"ד שלוחים" חב"ד אין א בילד לעבן דער צענטראלער ליובאוויטשער הויפטקווארטיר, די שול אויף 770 אין ברוקלין

א שליח איז א ליובאוויטשער חסיד וואס פארט ארויס צו וואוינען אין א פרעמדער שטאט, צו פארשפרייטן אידישקייט צווישן די איינוואוינערס. די שלוחים זענען געשיקט געווארן דורך דער ליובאוויטשער רבי. היינט צוטאגס איז פאראן ארום 4000 שלוחים אין די גאנצע וועלט, אין יעדער פארשטיפטע ווינקעל אין דער וועלט ווי עס געפונען זיך אידן.

צווישן די לענדער, זענען די שלוחים אין רוסלאנד און די אמאליגע קאמונסיטישע לענדער זייער מפורסם, און אויך די שלוחים אין פראנקרייך, און ארץ-ישראל.

די שלוחים זענען זיך מוסר נפש אויף זייער ארבעט. איין מאל א יאר, שבת-מברכים ר"ח כסלו, קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחים פאר א "כינוס השלוחים", און ארום כ"ב שבט (די יאָרצייט פון די ליובאוויטשער רבי רעבעצין) - קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחות.

חב"ד הייזער

א "חב"ד הויז" מיינט א פלאץ וואו עס וואוינט דארט א חב"ד שליח וועלכע פירט אהן מיט א מנין, תורה שיעורים, הכנסת אורחים, מבצעים א.ד.ג. א חב"ד הויז איז די אדרעס פאר יעדער אידישער געברויך, בפרט ווען מ'געפינט זיך ווייט פונדערהיים.

עס איז שוין דא ארום די גאנצע וועלט איבער דריי טויזענט חבד הייזער היינט צוטאגס, וואס דאס הייסט אז עס רעדט זיך וועגן קארגע צען טויזנט פאמיליעס וואס האבן אוועקגעגעבן זייער גאנצע לעבן, אויף האנדלען מיט פירן אידישע קהילות און אלגעמיינע טעטיקייטן פון הילף צו אידן אין יעדער זאך אין אידישקייט וואס זיי נויטיקן זיך, דאס זעלבע טוען זיי פארשידענע זאכן אויף צו צוציען וואס מער אידן צו אידישקייט, און ספעציעל ארויסראטעווען זיי פון סעמילאציע.

א וויכטיגע טייל פון זייערע וועגן ווי זיי פירן זיך אין דעם "חב"ד הויז", איז צו האנדלען אויך מיט פרייע אידן און זיי ארויסהעלפן (וואס אין דעם זענען זיי אנדערש פון די מערסטע פרומע קרייזן, וואס האלטן אז מען טאר נישט האבן צו טאן מיט פרייע אידן) - איז געגרינדעט אויף די געדאנקען וואס ווערן ערקלערט אין זייערע ספרי חסידות, וואס דארטן רעדט זיך ארום א סאך אויף די הייליקייט און די נשמה פון יעדן איד, ווי אויך די גרויסע מעלה פון "אהבת ישראל" (ליב האבן יעדן אידן), זיי נעמען א ביישפיל פון דער בעל שם טוב וואס האט אויך זייער ליב געהאט פשוט'ע אידן.

די חסידים וואס טוען אין דעם רופן זיך "שלוחים" (געשיקטע)- דאס הייסט, אז דער רבי האט זיי געשיקט צו דעם פלאץ וואו זיי קומען, אויף צו האנדלען אין די אויבענגעזאגטע טעטיקייטן.


קירוב: ופרצת און מבצעים

צווי חב"ד חסידים לייגן תפילין מיט א איד וואס הייסט " תינוק שנשבה"

אנדערשט ווי די ליטווישע ארגאניזאציעס ווי אש התורה און ישיבת אור שמח וואס געבן זיך אפ מיט טוישן די לעבנסשטייגער פון משפחות, האלטן זיי נישט פון דער סיסטעם, נאר זיי ליבען יעדן פרייען איד, שמייכלען צו זיי, און טראגן אים שטענדיג אן צו טאן מצוות, ווייל א איד איז א איד נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב, און די חיוב פון ערבות פאלט קיינמאל נישט אוועק פון דעם פרומען איד קעגן סיי וואספארא איד.

רוב פון זיי ווערן אליינס רבנים דורך זיך באטייליגן אין זייער ארמיי פון חבד שליחים. יעדער קינד ביז בר מצווה און מיידל ביז בת מצווה דארף זיך באטייליגן אין די ארמיי צבאות ה' וואס מען איז מחזק די קינדער מלחמה צו האלטן אנטקעגן דעם יצר הרע.

די דאזיגע אקציעס שטאמט פון זייער געבורט ארט אין רוסלאנד ווי זיי האבן געקעמפט קעגן אפיקורסות און קאמוניזם וואס האבן אין יענע יארן אוועק געריסן גאנצע פרומע משפחות. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה וואס די חסידות האט זיך איבערגעפלאנצט אין א פרייער נייער מאדערנער וועלט, האבן זיי גענומען דעם זעלבן פיבער און דאס אויסגעשפרייט איבער דער גארער וועלט.

אידיש

זיי פרובירן צו פרעזערווירן די אידישע שפראך. אז יעדע קינד מוז מיטהאלטן די שיחות פון רבי'ן און דאס איז דאך אלץ אויף אידיש דעריבער אפילו זיי זענען רוב בעלי תשובות לערנען זיך זייערע קינדער אידיש אלס דער אידישע שפראך. אויך זאגן זיי אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן אז מ'זאל רעדן בלויז אידיש.[1]


דער ליובאוויטשער בוים

    • רבי מנחם נחום שניאורסאהן (ה'תקמ"ט - ), פון ניעזין.
      • רבי שניאור שניאורסאהן, אן איידעם בז"ר פון צמח צדק.
        • מרת פרומא, די ווייב פון רבי בנימין צוקערמאן פון מאהליוו.
        • מרת חוה אסתר, די ווייב פון ר חיים ישעיהו בערלין פון ריגא.
        • מרת רבקה זלאטא, די ווייב פון ר משה אליעזר לוין.
        • רבי יהודה ליב שניאורסאהן, רב אין וויעליז.
        • מר ברוך שניאורסאהן פון וויטעבסק.
      • רבי לוי יצחק שניאורסאהן, פון ניעזין.
        • רבי מרדכי זלמן שניאורסאהן.
        • ר אהרן משה שניאורסאהן.
        • ר הערש ליב שניאורסאהן.
        • ר פנחס בער שניאורסאהן.
        • מרת אסתר ריזיל, די ווייב פון מר דוליצקי.
        • מרת שיינא, די ווייב פון מר פראדקין.
        • מרת מלכה שניאורסאהן
        • מרת רחל די ווייב פון רבי יהודה לייב הכהן ראפאפארט
      • מרת חנה חישא (חיקא), די ווייב בז"ש פון רבי ישראל נח שניאורסאהן, פון ניעזין
      • רבי מרדכי דוב טווערסקי-שניאורסאהן, פון טאמאשפייל
      • רבי משה זלמן טווערסקי, פון טשמישלה.
        • מרת שטערנא שיינדיל, די ווייב פון רבי שלמה יהודה ליבערזאן
        • מרת אסתר פייגא, די ווייב פון רבי אברהם קאצנעלבוגן ( - כ' אדר ב' ה'תש"ג), פון לוצק.
        • מרת רחל, די ווייב פון רבי ישראל ליב שפירא
        • מרת טריינע, די ווייב פון רבי יעקב מרגלית
    • רבי ברוך שמואל שניאורסאהן. אן איידעם פון רבי חיים אברהם שניאורסאהן, א זון פון בעל התניא.
      • רבי שניאור זלמן שניאורסאהן, באחמוט.
    • מרת ביילא, די ווייב פון רבי יקותיאל זלמן (וואלעס), אן אייניקל פון לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
      • רבי לוי יצחק זלמנסאהן, פון וועליז.
      • מרת קילא, די ווייב פון רבי דובער כהן.
        • רבי זלמן כהן.
        • מרת הינדא, די ווייב פון רבי אלטער דובער גורביץ.
        • מרת מרים, די ווייב פון ר מנחם מענדל שינקין.
      • מרת פריידא, די ווייב בז"ש פון רבי ישראל נח שניאורסאהן.
    • מרת ברכה, די ווייב פון רבי יונה פון זשיטאמיר.
  • רבי חיים אברהם שניאורסאן ( - ה'תר"ה).
    • רבי דובער שניאורסאן פון ליאדי.
      • רבי לוי יצחק שניאורסאן פון ליאדי.
      • רבי יהושע אבלי שניאורבאן פון ליעפלי.
      • מרת פריידא, די ווייב פון רבי לוי יצחק פון הומלא.
      • מרת צביא, די ווייב פון רבי משה יצחק פון וויטעבסק.
    • רבי ברוך שמואל שניאורסאן.
      • רבי זלמן שניאורסאן.
      • רבי לוי יצחק שניאורסאן.
      • רבי משולם זוסל שניאורסאן.
      • רבי רפאל מרדכי שניאורסאן.
      • מרת שרה פריידא, די ווייב פון רבי זלמן אורינשטיין פון האראדנא.
    • מרת גיטא רחל, די ווייב פון רבי נחמיה פון דאבראוונא דער דברי נחמיה.
    • מרת מוסיא הינדא, די ווייב פון רבי שניאור זלמן פיגלסון.
    • מרת ביילא רייזל, די ווייב פון רבי ברוך שמואל שניאורסאן, א זון פון מיטעלער רבי.
  • משה (ה'תקמ"ד - ה'תרל"ח).
    • מרת שרה רבקה, די ווייב פון הרב נחום יוסף.
      • רבי שניאור זלמן שניאורסאן.
      • ר חיים צבי שניאורסאן.
      • רבי פנחס אליהו שניאורסאן.
    • מרת רחל, די ווייב פון הרב משה צבי פונדמינסקי.
      • רבי שניאור זלמן פונדמינסקי.
      • מרת מרים, די ווייב פון רבי שלמה סגל.
      • מרת דבורה ( - ד' טבת תרנ"ד), די ווייב פון רבי שניאור זלמן שמערלינג.
      • מרת רבקה הינדא ( - ו' תשרי תרכ"ח) די ווייב פון רבי זלמן חיים ריבלין.
  • מרת פריידא, די ווייב פון רבי אליהו ב"ר מרדכי, זי ליגט אין האדיטש
    • רבי אהרן מקרימנצוק.
    • רבי ברוך, אן איידעם פון רבי בנימין קלעצקער.
      • די ווייב פון רבי יעקב שניאורסאן, א זון פון צמח צדק.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון רבי שלום שכנא אלטשולער.
  • מרת רחל, די ווייב פון רבי אברהם שיינעס.

רעפערענצן

  1. לקוטי שיחות חלק כ"ט שיחה לחג הסוכות
  2. לקוטי שיחות חלק כ"א שיחה ב' לפרשת בשלח

דרויסנדע לינקס

מקורות

  • דוד בערגער, The Rebbe, the Messiah, and the Scandal of Orthodox Indifference, ליטמאן ביבליאטעק אויף אידישע ציוויליזאציע, 2001.
  • חיים דלפין, Attack on Lubavitch: A Response, דזואיש ענריטשמענט פרעסס, פעברואר 2002

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!