הארנסטייפל (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הארנסטייפל איז א חסידישע דינאסטיע, א צווייג פון דער טשערנאבילער דינאסטיע, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי מרדכי דוב טווערסקי, אין דערפל הארנסטייפל, אוקראינע.

היינט דינען עטליכע רבי'ס פון הארנסטייפל, צווישן זיי רבי יחיאל מיכל טווערסקי פון מילוואקי, און זיינע פלימעניקס רבי מרדכי דוב טווערסקי אין פלעטבוש און רבי שלום שכנא פרידמאן אין ביתר עילית.

ערשטער דור

ספר אויף רבי מרדכי דוב מיט זיין בילד אויפ'ן דעקל

רבי מרדכי דוב

רבי מרדכי דוב טווערסקי (כ"ט כסלו ה'ת"ר, 1839 - כ"ב אלול ה'תרס"ג) איז געבוירן צו רבי משולם זושא אויערבאך פון טלומאשט, וואס איז געווען א אור אייניקל פון רבי משולם זושא פון האניפאלי. זיין מאמע שטערנא פייגא רחל איז געווען א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. זיין מוטער איז נפטר געווארן יונג, און ער האט זיך געהאדעוועט ביי זיין זיידן אין טשערקאס, און ער האט געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי, ער האט חתונה געהאט מיט רייצא, די טאכטער פון צאנזער רב רבי חיים האלבערשטאם.

אין יאר תרכ"ג (1863), האט אים זיין זיידע געשיקט קיין הארנסטייפל און אים געהייסן אנהייבן פירן רבי'סטווע. ער האט אויפגעמאכט דארט א חסיד'ישער הויף. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן אין יאר תרל"ו (1876) זענען אסאך טשערקאסער חסידים אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע, ער האט געפירט די רבי'סטווע 40 יאר.

רבי מרדכי דוב איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור.

זיינע ספרים זענען: "חיבור לטהרה" - אויף הלכות מקוואות און נטילת ידיים, "עמק שאלה" - שאלות ותשובות, "עמק חכמה" - על התורה, "תורי זהב" - אויף הלכות ריבית. נאך א כתב יד, "כד הזהב", אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920).

זיינע קינדער

רבי מרדכי דוב האט איבער געלאזט פיר זון:

זיינע איידעמער: א האלבע ברידער פון זיין רביצין, רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט; רבי אלישע האלבערשטאם פון גארליץ (חסידות); רבי חיים ישעיה שניאורסאן זון פון רבי שלום דובער שניאורסאן (פון רעציצא); רבי נחום זלמן שניאורסאן דער רב פון טשערקאס (אייניקל פון זיין פעטער רבי יוסף יצחק שניאורסאן פון אווריטש); רבי משה גוטערמאן פון קיעוו א זון פון רבי דוד פון סאווראן.

צווייטער דור

רבי בן ציון יהודה לייב טווערסקי (כ' תשרי תרכ"חכ"ח טבת תשי"א) איז געבוירן אין הארנסטייפל, און נאך זיין טאטנ'ס פטירה אין יאר תרס"ג האט ער איבער גענומען זיין פלאץ, טראץ דעם וואס ער איז געווען דער דריטער זון. במשך 11 יאר איז ער געווען רבי אין הארנסטייפל. ער האט חתונה געהאט מיט רחל, א טאכטער פון רבי יצחק יואל ראבינאוויטש, פון קאנטיקוזיווע.

אין יאר תרע"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב, אבער נאך א קורצע צייט איז ער צוריק אין אוקראינע און האט זיך באזעצט אין קיעוו. נאך וואס די קאמוניסטן זענען געקומען צום מאכט איז ער אנטלאפן קיין פוילן, אין יאר תרפ"ה איז ער אריבער קיין אנטווערפן, דארט האט ער געוואוינט 11 יאר. אין יאר תרצ"ו איז ער געקומען א צווייטן מאל אין ארץ ישראל, און נאך א יאר איז ער צוריק אין אנטווערפן. ווען די דייטשן זענען אריין אין בעלגיע אין יאר ת"ש איז ער אריבער אין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין שיקאגא, דארט האט ער געוואוינט ביז זיין פטירה אין יאר תשי"א.

זיין יונגסטער זון רבי יעקב ישראל איז געווען זיין ממלא מקום.

זיין זון רבי משה משולם זושא, דער רב פון לוהין, איז נפטר געווארן ב' שבט תר"פ. ער איז געווען א איידעם ביי רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם פון ציעשינוב.

דריטער דור

רבי יעקב ישראל טווערסקי (ה'תרס"חי' אב ה'תשל"ג), האט אויפגעשטעלט א חסיד'ישער הויף אין מילוואקי, וויסקאנסין. ער האט חתונה געהאט מיט דבורה לאה, א טאכטער פון זיין קאזין רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב (איידעם פון רבי שלום אליעזר הלברשטאם וואס איז געווען א איידעם ביי זיין זיידע רבי מרדכי דוב).

זיינע קינדער זענען מיט א חסיד'ישע רעבישע געשטעל, אבער האבן אויך אקאדעמישע דעגריס.

  • זיין ממלא מקום רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי.
  • רבי מרדכי דוב (איידעם ביי רבי שלום פון נאדווארנא ברייטאן).
  • רבי אברהם יהושע העשל, פסיכיאטער, גרינדער פון מעדיצינישע אדיקציע באהאנדלונג אינסטיטוציעס, מחבר פון מעדיצינישע ביכער אויף גייסטישע קראנקייט.
  • רבי אהרן דוד, א לויער, און א לעקטאר אין Hofstra אוניווערסיטעט.
  • הרב יחיאל מיכל (איידעם ביי רבי ישראל אברהם שטיין פון פאלטיטשאן), זינט די פטירה פון זיין עלטסטער ברודער רבי שלמה דינט ער אלץ הארנסטייפלער רבי אין מילוואקי.

פערטער דור

רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי (ה' תמוז תרפ"גכ"ג תשרי ה'תשמ"ב) איז געבוירן אין קראקא. ער איז אויפגעוואקסן אין מילוואקי, אין זיין יוגנט האט ער באקומען פריוואטע לעקציעס, און שפעטער געלערנט אין ישיבת תורה ודעת. ער האט חתונה געהאט מיט לאה הינדא, די טאכטער פון רבי יוסף לייפער, פיטסבורגער רבי.

אין תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דענווער קאלאראדא. ראש השנה תשכ"א איז ער אריינגענומען געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע קראנקהייט און ער האט דורכגעמאכט עטליכע אפעראציעס. יום כיפור אין יענעם יאר האבן די צוויי קהילות, אין דענווער און מילוואקי, אים צוגעלייגט א נאמען, און צוליב דעם אוממעגלעכקייט צו קאָאָרדינירן צווישן זיי, זענען צוגעלייגט געווארן צוויי פארשידענע נעמען, די קרענק אבער האט אים נישט אפגעלאזט ביז צו זיין טויט און אין די יארן האט ער געמוזט דורכגיין פיל באהאנדלונגען און אפעראציעס. אום 1966 איז ער געווען אין ארץ ישראל במשך פון 9 חדשים.

י' אב תשל"ג, ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן האט ער - לויט די צוואה - איבערגענומען די הארנסטייפלער רבי'סטווע, אבער ער האט נישט אפגעלאזט דענווער, און ער האט געשטעלט זיין יונגסטער ברודער רבי מיכל זאל זיין דער רב אין טאטנ'ס בית מדרש, ער האט אסאך געהאט צו טאן מיט דער פארשפרייטונג פון אידישקייט, און מחזק זיין בעלי תשובה. ער האט געארבעט פאר די כשר'ע שחיטה אין אמעריקע. ער איז נפטר געווארן שמחת תורה תשמ"ב.

פינפטער דור

רבי שלמה'ס ברודער רבי יחיאל מיכל האט גע'ירש'נט זייער טאטנ'ס בית מדרש, אנהייב האט ער געדינט אלס רב, און נאך זיין ברודערס פטירה אויך אדמו"ר.

רבי שלמה'ס זון רבי מרדכי דוב טווערסקי האט זיין בית מדרש אין פלעטבוש, ער קאָמפּאָזירט אויך פילע ניגונים.

רבי שלמה'ס איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן איז הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל, לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

אין יאר תשס"ו האט זיין אייניקל געדרוקט דאס ספר "מלכות שלמה" וואס אנטהאלט זיינע דברי תורה, און מעשיות אויף אים.

אין ארץ ישראל

רבי חיים אהרן טווערסקי, זון פון רבי בן ציון יהודה לייב, האט געוואוינט אין תל אביב, און האט געהאט א בית מדרש "בית יהודה", אין צענטער פון שטאט, אויף זיין טאטעס נאמען. נאך א זון, רבי מנחם נחום טווערסקי, איז געווען דער מאן פון רבי יוסף צבי קאליש'ס איינציגע טאכטער, רבי יוסף צבי איז געווען דער סקערנעוויצער רבי, און רב פון שטאט בני ברק. רבי נחום האט ארויס געגעבן דעם ספר "מדור אל דור" אויף די תולדות פון משפחה.

רבי שלמה'ס איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן, איז היינט הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל, לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

צו ליינען מער

  • הרב נחום טברסקי, מדור אל דור, תל אביב, תשכ"ז
  • בצל הקודש מכון "נר שלמה" הארנסטייפל, תמוז תשע"ב
  • הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מהארנסטייפל, בני ברק שבט תשע"ז

דרויסנדע לינקס

אפיציעלע וועבזייטל פון קהילת "בית יהודה" הארנסטייפל אין מילוואקי