רוי:טריסק (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

טריסק אין וואהלין, רוסלענדישע אימפעריע, (היינט אוקראינע) איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבי'ס פון דער טריסקער דינאסטיע וואס ציט זיך פון רבי אברהם טווערסקי, וואס איז אן אפצווייג פון טשערנאביל. פאר דער צווייטער וועלט מלחמה איז עס געווען א גרויס חסידות, מיט צוואנציג טויזנט חסידים.

די היינטיגע טריסקער רבי'ס זענען איז רבי משה מרדכי אייכנשטיין אין ירושלים, אן אייניקל פון רבי משה מרדכי טווערסקי (תרל"ז - תש"ג) פון טריסק, און רבי שריהו יונה טווערסקי אין מאנטרעאל, אן אייניקל פון רבי שלום יוסף פון טריסק.

געשיכטע

דער גרינדער פונעם טריסקער חסידות איז געווען רבי אברהם טווערסקי (תקס"ו - ב' תמוז תרמ"ט), דער פינפטער זון פון רבי מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד. ער האט געהייראט מרת ריקל, א טאכטער פון רבי יעקב אריה פון קאוולע, א זון פון רבי מרדכי פון נעשכיז. ער איז געווען דער מגיד אין טוריסק וואו ער האט געפירט זיין הויף. זיין ספר "מגן אברהם" איז דער יסודותדיקער ספר פון טריסקער חסידות, און א יסודותדיק ספר ביי טשערנאבילער חסידים אין אלגעמיין.

זיין עלסטער זון, מנחם נחום האט געוואוינט אין סלאוויטע, און שפעטער האט געפירט א הויף אין קאטעלנע לעבן בריסק; ער איז נפטר געווארן ד' שבט תרמ"ז, פאר זיין פאטער. ביי זיין לויה האט אים מספיד געווען דער בית הלוי. זיין אייניקל הרב יצחק דוד טווערסקי האט ארויסגעגעבן זיינע תורות אין "זכרון מנחם נחום".[1] זיין צווייטער זון איז געווען מאטעלע קאזמירער, וואס די רוסן האבן פארטריבן פון וואהלין. זיין נאכפאלגער אין טוריסק איז געווען זיין דריטער זון, רבי יעקב אריה (נפ' כ"ח אייר תרע"ח).

=רעפערענצן

  1. ירושלים, תשס"ה


Shtreimel2017.jpg דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!