רוי:רבי אברהם טווערסקי (טוריסק)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט) איז געווען טריסקער מגיד מער ווי פופציג יאר, מחבר פון "מגן אברהם" אויף תורה.

ביאגראפיע

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, צו זיין פאטער רבי מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס. ווען ער איז געווען אלט צוויי און א האלב יאר איז ער געפארן מיט זיין פאמיליע קיין ליאזני אויף א חתונה[1].

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי אברהם זיך געצויגן אין דער שטאט טוריסק וואו ער איז געווארן מגיד און האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע. דער מגיד האט געזאגט אז יעדער פרי מארגן פארן דאוונען גייען אים דורך "פּ אלפים חסידים דורכן קאפּ". [2].


רבי אברהם איז נפטר געווארן ב' תמוז ה'תרמ"ט, און ער ליגט אין טוריסק. דעם "מגן אברהם'ס" זון ר' יעקב לייבעניו איז געווארן זיין נאכפאלגער.

זיין פאמיליע

רבי אברהם האט געהייראט מרת ריקל א טאכטער פון הרב יעקב אריה לייב שפירא פון קאוולא, א זון פון הרב מרדכי שפירא פון נעשכיז. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • מגן אברהם

זעט אויך

רעפערענצען

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. דער טריסקער מגיד אין וועבזייטל אהלי צדיקים
  2. אהרן ראזמארין, אהרן ראזמארין'ס תנ"כ ענציקלאפעדיע, באנד 1, אום פארלאג תשכ"ז, זייט סו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל