רבי יצחק טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סקווירער רבי
רבי יצחק טווערסקי
געבורט 1815
ה'תקע"ה
טשערנאביל
פטירה 1885 (אלט: 70 בערך)
י"ז ניסן ה'תרמ"ה
סקווירא
כינוי רבי איציקל סקווירער
מקום קבורה סקווירא
ווייב רחל טאכטער פון רבי דן פון ראדוויל, חיה מלכה טאכטער פון רבי ישראל פון רוזשין, חנה סימא טאכטער פון רבי צבי פון סקווירא
דינאסטיע סקווירא
טאטע רבי מרדכי טווערסקי, טשערנאבילער מגיד
מאמע פייגא טאכטער פון רבי דוד לייקעס
קינדער רבי אברהם יהושע העשיל, רבי מנחם נחום פון שפיקוב, רבי ישראל, רבי דוד
ערשטער סקווירער רבי
ה'תר"דה'תרמ"ה

רבי יצחק טווערסקי (גערופן רבי איציקל סקווירער; ה'תקע"הי"ז ניסן ה'תרמ"ה), איז געווען דער ערשטער סקווירער רבי.

ביאגראפיע

רבי יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תקע"ה צו רבי מרדכי טווערסקי פון טשערנאביל און צו פייגא, טאכטער פון רבי דוד לייקעס. ווען ער איז געווען א האלב יאר בעפאר דעם בר מצוה[1], האט ער געהייראט רחל א טאכטער פון רבי דן פון ראדוויל, וועלכער איז געווען א זון פון רבי יצחק פון ראדוויל (זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב) און אן איידעם פון אפטער רב, און געהאט מיט איר צוויי קינדער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו חיה מלכה, א טאכטער פון רבי ישראל פון רוזשין, אבער זי איז אוועק אן צו לאזן קינדער. רבי איציקל האט שטארק געשעצט זיין שווער דער רוזשינער, און אויך נאך וואס זיין ווייב איז אוועק פלעגט ער אים אלעמאל פאררופן אלס זיין שווער[2]. ער האט דערנאך[3] חתונה געהאט צו חנה סימא, א טאכטער פון רבי צבי פון סקווירא, א זון פון רבי אהרן טיטיעווער (אייניקל פון דעם בעל שם טוב).

נאך דער פטירה פון זיין טאטן, אום כ' אייר ה'תקצ"ז, האבן זיינע ברידער אנגעהויבן פירן רבי'סטווע, אבער רבי יצחק האט זיך אפגעהאלטן דערפון ביז נאך זיין חתונה בזיווג שלישי, ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן אין שטאט וואו זיין שווער האט פריער געוואוינט און דארט אויפגענומען געווארן אלס רבי.

אנדערש ווי זיין טאטע און טייל פון זיינע ברידער, פלעגט רבי יצחק נישט זאגן קיינע דברי תורה פארן ציבור. ער איז אויך נישט אזויפיל ארומגעפארן צו זיינע חסידים ווי זיינע ברידער[4].

רבי יצחק איז אוועק י"ז ניסן ה'תרמ"ה, און ער איז באהאלטן געווארן אין סקווירא. דריי פון זיינע זין האבן איבערגענומען זיין פלאץ אין סקווירא.

קינדער

פון זיווג ראשון:

פון זיווג שלישי:

זעט אויך

צו ליינען מער

  • חיים דב שטערן, נר ישראל - ריז'ין ו, ערך רבי יצחק מסקווירא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ילקוט מאורי אור, (שיכון-סקווירא תשס"א), עמוד שס"ג
  2. בעלוץ צדיקים, שיכון-סקווירא תש"ס, עמוד רנ"ד
  3. ווארשיינליך אין יאר תר"ג. שמואל גרובער, זרע קודש מחצבתה, עמוד כ"ג
  4. יצחק אלפסי, אנציקלופדיה לחסידות ב (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)