רוי:רבי דוד טווערסקי (אוקראינע)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי דוד טווערסקי
געבורט י"ד ניסן תר"ח
פטירה ט"ו כסלו תר"פ
קיעוו
טעטיגקייט אָרט סקווער
דינאסטיע סקווירא
2'טער סקווירא'ער רבי

רבי דוד טווערסקי (ערב פסח ה'תר"ח - ט"ו כסלו ה'תר"פ), באקאנט מיטן נאמען ר' דוד'ל סקווירער, איז געווען דער צווייטער סקווירער רבי. ער איז געווען א זון פון רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא, זון פונעם טשערנאבילער מגיד - ר' מאטעלע.

ביאגראפיע

רבי דוד איז געבוירן ערב פסח אין יאר תר"ח צו זיין פאטער ר' איציקל סקווירער און זיין מוטער חנה סימא (א טאכטער פון ר' הערשל סקווירער, אן אייניקל פון בעל שם טוב). ער האט געוואוינט אין סקווירא ביז די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין תרע"ד. שפעטער האט ער געוואוינט אין קיעוו (היינט אוקראינע) ביז זיין פטירה אום ט"ו כסלו תר"פ.

רעביסטעווע

זיין פאטער האט געזאגט אויף אים; 'ווען מיין דוד'ל איז געבוירן, איז שוין קיין שום חמץ נישט געווען אין שטוב', מיינענדיג צו זאגן, אז ער איז געווען א דערהויבן קינד.

ר' דוד משה פון טשארטקאוו האט געזאגט, 'צוויי דוד'לעך שיינען ארויס פון אוקראינע, ר' דוד'ל סקווירער, און ר' דוד'ל זלאטיפאלער.

ער איז געווען א געוואלדיגער שווייגער, ער האט אמאל געזאגט פאר א פרעגער, וויאזוי ער קען אזוי שווייגן, אפילו ביי די שווערסטע צייטן זיך נישט באקלאגן און נישט רעאגירן אויף קיין שום מחלוקה אדער ווייטאג. 'מען שווייגט און מען שווייגט, מען רוהט זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווידער'..

דער אלטער סקווירער רבי ר' יעקב יוסף (זיין זון) האט געזאגט אויפן פאטער, 'א יוד וואס האט געארבעט א יאר זיבעציג, מ'זאל נישט האבן וואס צו פארציילן נאך אים'.

פאמיליע

הרב דוד טווערסקי פון סקווירא האט געהייראט בזיווג ראשון חוה גאלדא, א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלמה פון סאווראן. זייערע קינדער:

  • הרב מרדכי טווערסקי ( - ה'תר"פ), פון סקווירא.
  • הרב משה טווערסקי ( - ה'תר"פ), פון סקווירא.
  • הרב אהרן טווערסקי
  • הרב שלמה טווערסקי ( - ה'תרפ"א) רבי אין סקווירא.
  • הרב נחום טווערסקי

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט צפורה, א טאכטער פון ר' אליקים געציל פון אוסטראה, אן איידעם ביי רבי יוסף דוד פון אליק. זייערע קינדער:

פריערדיגער:
רבי יצחק טווערסקי
דער סקווירער רבי נאָכפאלגער:
רבי יעקב יוסף טווערסקי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!