רבי מרדכי טווערסקי

פון המכלול
צווייטער טשערנאבילער רבי (ה'תק"ל–ה'תקצ"ז)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טשערנאבילער מגיד
רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
געבורט 1770
ה'תק"ל
טשערנאביל
פטירה כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך)
קיעוו
כינוי רבי מאטעלע טשערנאבילער
מקום קבורה אנאטיווקא
50°23′08″N 30°12′25″E / 50.3856005°N 30.2069828°E / 50.3856005; 30.2069828 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט טשערנאביל
טעטיגקייט אָרט טשערנאביל און ארום
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים מגיד מישרים
רבי'ס דער מאור עינים
תלמידים רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג.
ספרים ליקוטי תורה
ווייב
  • זוו"ר: חיה שרה (פערלאוו)
  • זוו"ש: פייגא (לייקעס)
דינאסטיע טשערנאביל
טאטע דער מאור עינים
מאמע שרה
צאל קינדער 11
חותנים
צווייטער טשערנאבילער רבי
י"א חשון ה'תקנ"חכ' אייר ה'תקצ"ז
רבי משה (קאריסטשאוו)
רבי יעקב ישראל (טשערקאס)

רבי מרדכי טווערסקי (גערופן: רבי מאטעלע טשערנאבילער אדער טשערנאבילער מגיד; טשערנאביל, ה'תק"לקיעוו, כ' אייר ה'תקצ"ז), איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און ראחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.

ביאגראפיע

שער בלאט פון ליקוטי תורה, טשערנאוויץ תר"כ

רבי מאטעלע איז געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון מאור עינים. אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז רבי מאטעלע א חתן געווארן מיט רעביצין חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1].

די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג אדער תקמ"ד[1]. מיט איר האט ער געהאט דריי זין און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס, א תלמיד פון בעל שם טוב[2], און געהאט מיט איר נאך פינף זין און צוויי טעכטער.

נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. ער איז געווען זייער באליבט און פארהייליגט ביי די מאסן און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. ער האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, וועלכע פלעגן קומען צו פארן צו אים אין די טויזנטער. אויך גדולי התורה זענען געווען צווישן זיינע תלמידים און חסידים, ווי למשל זיין תלמיד מובהק רבי ישראל דב פון ווילעדניק, מחבר פון "שארית ישראל"; רבי ישראל פון ליטשניץ[3]; רבי משה פון אורזיסטשוב; רבי יחיאל מיכל פון קאשיווקא; און רבי שלמה פון לודמיר[4]. רבי שלום פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[5].

אנדערש ווי זיין פאטער, וועלכער האט פארשפרייט די תורת החסידות בשעת'ן וואנדערן און געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי געוואוינט אין א הערליך הויז און זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט פאר פדיון[6]. אין זיין צייט איז אויך איינגעפירט געווארן דאס צאלן "מעמדות", א יערליכער שטייער וואס יעדער חסיד פלעגט צאלן פארן רבי'נס הויף, געזאמלט דורך שליחים געשיקט פון טשערנאביל. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[7]. דאס ברייטע פיראכץ, וואס האט אויך אנגעהאלטן ביי זיינע זין, האט ארויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט צו זיי מצד משכילים און מתנגדים.

ווען צאר ניקאלאי דער ערשטער האט אין יאר תקס"ה פארלאנגט פון די אידן אין דער רוסישע אימפעריע אז זיי זאלן זיך רופן מיט א פּערמאנענטע פאמיליע-נאמען האט רבי מאטעלע, וועלכער איז ביז דאן גערופן געווארן אין לעגאלע דאקומענטן "נחומאוויטש" נאך זיין פאטער[8], אויסגעקליבן דעם נאמען "טברי'סקי" נאך דער שטאט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל[9].

ווען רבי ישראל פון רוזשין, וואס איז געווען ר' מאטעלע'ס פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו), האט אין א אינגן עלטער אנגעהויבן פראווען רבי'סטעווע אויף א גאר ברייטע פארנעם, האט דאס געשאפן א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די טשערנאבילער חסידים. צווישן חסידים ווערט פארציילט אז אין יאר תקצ"ד, ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין דער רוזשינער א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.

ר' מאטעלע איז אוועק אין קיעוו, אום כ' אייר תקצ"ז, און איז בערדיגט געווארן אינעם דערנעבנדן דאָרף אנאטיווקא. חסידים זאגן אז עטליכע יאר פאר זיין פטירה האט ער באשטימט זיין מקום קבורה ביי דעם דאזיגן דארף, ווייל מען האט נישט געהערט דארט דאס קלינגען פון קלויסטער גלעקער וואס זאל שטערן זיין רו אין קבר.

פון די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס ענטהאלט "הדרכות" אין מוסר און עבודת ה', און דערנאך צונויפגעקליבענע איינטייטשן און רמזים אויף תנ"ך און ימים טובים, טיילמאל אלס "העתק מכתב יד אדמו"ר בעצמו". עס איז ערשינען אין טשערנאוויץ, אין יאר תר"כ[10], דורך רבי משולם זוסיא אויערבאך פון טאלמיטש, מיט די הסכמות פון רבי אברהם יעקב פון סאדיגער, רבי חיים פון צאנז, און רבי ישעיה שור פון יאַס. אין די נאכפאלגנדע יארן איז עס איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל.

ר' מאטעלע האט איינגעפירט צו זאגן אין קדיש "ויקרב קץ משיחיה", ווייל "צו דעם אנהויב פון ביאת המשיח האבן מיר שוין דערגרייכט און מיר דארפן נאר מתפּלל זיין וועגן דעם קץ פון דער גאולה", דאס האט געגעבן זיינע חסידים א צונאמען "קצניקעס". צוליב דעם זעלבן טעם איז צווישן די טשערנאבילער חסידים פארהאן א מסורה אז דער טשערנאבילער מגיד האט מבטל געווען דעם מנהג פון אפּריכטן חצות, וואס דאס איז צו פארלייכטערן די חבלי משיח, ווייל די חבלי משיח, האט ער געהאלטן, האבן זיך שוין אנגעהויבן. אבער דער טשערנאבילער מגיד אליין האט געהאלטן פון אפּריכטן חצות, און אין זיין ספר "ליקוטי תורה" שרייבט ער, אז מען זאל אויפשטיין צו חצות און זאגן תפילות און לערנען[11].

ער איז געווען פארמישט אין די דרוק אויף רעבעצין חנה רחל, באקאנט אלס די לודמירער מויד, צו חתונה האבן, טראץ איר אומווילן.[12]

פאמיליע

זיינע אכט זין זענען געווען בארימטע רביים, צעשפּרייט אין אוקראינע. פון זיין ערשטע רעביצין חיה שרה האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע רעביצין פייגא האט ער געהאט:

זייערע קינדער און אייניקלעך פון די "טווערסקי" פאמיליע זענען געווען רבי'ס אין רוסלאנד און פוילן, און צווישן זיי זענען אויך געווען סוחרים און געלערנטע.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

ספר ליקוטי תורה:

תולדות און עובדות:

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
  2. קהל חסידים החדש, פשעמישל, תרס"ב, עמ' 20
  3. ר' ישראל איז געווען א מחותן מיט ר' מאטעלע: ר' ישראל'ס טאכטער גיטל איז געווען די ווייב פון ר' מנחם נחום זון פון ר' אהרן טשערנאבילער
  4. "הזכרת שמות צדיקים בסידור הרה"ק רבי מרדכי מטשערנוביל", קובץ שפתי צדיקים יב, אלול תשס"א, עמ' סה–עט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן
  6. זעט צום ביישפיל: אהרן דוד טברסקי, ספר היחס מטשרנוביל ורוזין, עמ' 60
  7. יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  8. צענזוס פון ​​1795 פון אידן פון טשערנאביל, בלאט 406
  9. שמואל גרובער, ‏די משפחה נאמען טווערסקי, אורות, אייר תשפ"ג, אויף Academia.edu
  10. ספר ליקוטי תורה, טשערנאוויץ תר"כ, געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל
  11. מנשה אונגער, ר' ישראל בעל שם טוב, ניו יארק, תשכ"ג, 327 און 350; אהרן ווערטהיים, הלכות והליכות בחסידות, עמ' 66 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  12. עקיבא בן עזרא, דמויות, רחל בת ר' מוניש וורברמאכר, תל אביב תשל"ח, עמ' 81־82 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל