רוי:רבי משה טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה טווערסקי זצ"ל (ה'תקמ"ט - י"ח טבת ה'תרכ"ו), מגיד פון קאריסטשאוו.

אפשטאם

רבי משה איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ט, צו זיין פאטער רבי מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי משה נישט געוואלט פירן קיין רעביסטעווע, האלטענדיג אז ער איז נישט פאסענט (ראוי) דערצו, הערשט עטליכע יאר שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין קאריסטשאוו אנגעהויבן פראווען.

הסתלקות

רבי משה איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תרכ"ו, און ער ליגט אין קאריסטשאוו.

זיין פאמיליע

רבי משה האט געהייראט בזיווג ראשון [1] מרת חנה א טאכטער פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה (דער צווייטער), א זון פון הרב פנחס פון אוסטראה, א זון פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה (דער ערשטער), דער רב ייבי. זיינע קינדער:

בזיווג שני האט רבי משה געהייראט א טאכטער פון הרב צבי אריה לנדא ( - י"א תשרי ה'תקע"ב), פון אליק.

זעט אויך

רעפערענצען

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
  1. ספר היחס מטשרנוביל, לויט מאורי אור איז דער סדר פון די זיווגים פארקערט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!