רוי:זיטאמיר-סלאוויטא דרוק

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:סלאוויטא)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

די זשיטאמיר-סלאוויטא דרוק איז געווען איינע פון צוויי דרוקערייען וואו די רוסלענדישע אימפעריע האט ערלויבט צו דרוקן ספרים.

די דרוק איז געפירט געווארן דורך די קינדער פון רבי פינחס קארעצער. אין זייער צייט האבן זיי געהאט א מאנאפאל צו דרוקן א ש"ס. עס ווערט געברענגט אז זיי האבן געטובל'ט די מאטריצן אין א מקוה איידער מ'האט אנגעהויבן דרוקן דעם ש"ס. די ספרים געדרוקט אין סלאוויטא און זשיטאמיר זענען היינט פון די גאר טייערע ארטיקלען אינעם אנטיק מארק, וואס די פרייזן זענען גאר הויעכע, צוליב זייער חשיבות קדושה און היסטאריע.

לויט א חסידישער לעגענדע האט א מיניסטער אין פעטערבורג, א משומד, ערלעדיגט פאר'ן סלאוויטער דרוק דער "ראזרעשעניע" (ערלויבעניש), וועלכע דער רוסישער רעגירונג האט פארלאנגט, נאך א מופת פון בעל התניא. דאס האט דער שר געטון אלס הכרת הטוב פאר א געוויסער רבי משה גיטל'ס, א מלמד, וועלכער האט אים אלס בחור געראטעוועט פון די בזיונות וואס ער האט געליטן זייענדיג אריינגעשטעלט אינעם קונע[1].

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. חיים מאיר היילמאן, בית רבי - תולדות הרב: דער אלטער רבי ר' שניאור זלמן, ווילנא, תרס"ד, עמ' 81-86; יהושע מונדשיין, "ספרי ה'תניא' שהדפיס אדמו"ר הזקן", כפר חב"ד גל' 1213-1214