רוי:רומעניע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רומעניע
פאן רומעניע
סימבאָל רומעניע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
!Deșteaptă-te, Române
דעשטיאפטע־טע, ראמונע!
אָרט פון רומעניע
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך רומעניש
הויפּטשטאָט [[]]
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
238,391 קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]]
3%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע
צייט זאָנע
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפאָן קאָד +

רומעניע (רומעניש: România) איז אַ לאַנד אין מזרח־אייראָפּע. זיין הויפּטשטאָט איז בוקאַרעשט.

געאגראפיע

רומעניע ציט זיך אויף א שטח פון 237,500 קמ"ר (10 מאל גרעסער פון ארץ ישראל, און איז אויך גרעסער פון אונגארן און בולגאריע צוזאמען), די קארפאטע בערג פארנעמען א דריטל פונעם לאנד.

53 פראצענט בירגער וואוינען אין שטעטלעך און דערפער, די איבריגע אין די גרויסע שטעט, למשל בוקאַרעשט, קאנסטאנצא, יאס, טעמעשוואר א.ד.ג.. 1 פראצענט פונעם פאלק זענען נאך היינט אידן. ענגליש איז די צווייטע שפראך אינעם לאנד.

אנדערע באקאנטע שטעט זענען:

שפראכן

די אפיציעלע שפראך פון רומעניע איז רומעניש, א לאטיינישע שפראך מיט א שייכות צו איטאליעניש, פראנצויזיש, שפאניש, פארטוגעזיש און אנדערע שפראכן. רומעניש איז די מוטערשפראך פון 91% פון דער באפעלקערונג. ס'זענען אויך 45,000 געבוירענע רומענער וואס רעדן דייטש און 32,000 רעדער פון טערקיש. אין די שולעס לערנט מען די פרעמדע שפראכן ענגליש און פראנצויזיש. פינף מיליאן רומענער רעדן ענגליש, 4-5 מיליאן רעדן פראנצויזיש.

עקאנאמיע

טוריזם

מער ווי 60% פון אויסלענדישע באזוכער אין 2007 זענען געווען פון אנדערע אייראפעאישער פארבאנד לענדער.[1] די פאפולערע זומער אטראקציעס פון מאמאיע און אנדערע קורערטער אויפן שווארצן ים האבן געצויגן 1.3 מיליאן טוריסטן אין 2009.[2][3] שלעסער אין זימבערגן שטעט ווי סיביו, בראשאוו, און שעסבורג ציען א גרויסע צאל טוריסטן. בראן שלאס, לעבן בראשאוו איז איינער פון די בארימטסטע אטראקציעס אין רומעניע, וואס ציט הונדערטער טויזנטער טוריסטן יעדע יאר ווייל ער ווערט אפט אנאנסירט ווי דער שלאס פון דראקולא.[4]


טוריסטישע אנווייזונגען

אמעריקאנער בירגער קענען זיין אין רומעניע ביז 30 טעג אן א וויזע, פון מדינת ישראל דארף מען אייביג א וויזע.

מען מעג אריינברענגען אין לאנד ביז 10,000 דאלער.

די וואלוטע אין רומעניע איז 'ליי' (איינצעלנע איז 'לעאָו').

3 ערליי מטבעות איז פארהאן: 50, 100, 500 ליי, און שטרות איז פארהאן 5 ערליי: 1000, 5000, 10,000, 50,000, 100,000 ליי.

עס וועט זיין קאמפליצירט צו צוגלייכן דער ליי מיט אויסלענדישע געלט; 1 דאלער באטרעפט 6,753.77 ליי, און 1 ש"ח באטרעפט 31068 ליי.

זייט געווארענט: אויפצוטוישן געלט אויף דער גאס איז א סכנה, עס איז נישט געזעצלעך און דאס איז דער שנעלסטער וועג אריינצופאלן אין די הענט פון די פאליציי!, מען מעג בלויז אויפטוישן ביי די געוועלבן וואס זענען געאייגנט דערפאר, וואס דאס קען מען געפונען איבעראל.

דער פרייז פאר א מארקע איז .40 אדער 0.55 צענט -ווען מען שיקט צו אייראפע, און קיין אמעריקע איז 0.60 אדער 0.75 צענט.

אויך דא ברויך מען זיך באניצן מיט די מאגנאטישע קאלינג קארד'ס, וואס דער פרייז דערפאר איז 1.60 דאלער, אדער 3.10 דאלער.

אויפצוטוישן א קאלינג קארד וואס עס האט זיך אויסגעליידיגט אינמיטן רעדן, דרוקט דעם K קנעפל אויפן טעלעפאן, דאס וועט אויסנוצען די לעצטע ביסל קרעדיט וואס איז נאך געבליבן אינעם קארטל, אינדערצווישן קענט איר אריינלייגן דעם פרישען קארטל אן דעם וואס דער שמועס זאל ווערן איבערגעהאקט.

א פאקס קען מען שיקן ביי יעדן פאסט אפיס פארן פרייז פון 2 דאלער א בלאט, אנצונעמען א פאקס איז דער פרייז 1 דאלער.

דער זומער זייגער אין רומעניע הויבט זיך אן סוף מערץ, און ענדיגט זיך סוף אקטאבער.

די עמערגענסי נומערן אין רומעניע זענען וואו פאלגענד: פאליציי 055, אמבולאנס 061. (עס איז דא אין פלאן צו ענדערן די נומערן עס זאל ענדלען צו די עמערגענסי נומערן פון גאנץ אייראפע, אבער בעת'ן שרייבן די שורות איז דאס נאכנישט געענדערט געווארן).

די רומענישע חגאות זענען ווי פאלגנד: יאנואר 1-2, דעצעמבער 1, דעצעמבער 25-26.

רעפערענצן

  1. Report from Romanian National Institute of Statistics (PDF) (Report). Retrieved {‏11טן יאנואר 2008. for the first 9 months of 2007 an increase from the previous year of 8.7% to 16.5 million tourists; of these 94.0% came from European countries and 61.7% from EU {{cite report}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  2. Criza ne strică vacanța, 9 July 2010, jurnalul.ro, דערגרייכט דעם 21סטן אויגוסט 2010
  3. "Tan and fun at the Black Sea". UnseenRomania. Archived from the original on ‏11טן אקטאבער 2007. Retrieved {‏10טן יאנואר 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help)
  4. "Castelul Bran, marcat de istorie, dar şi de legenda lui Dracula atrage anual sute de mii de turişti". www.digi24.ro. Retrieved 2016-06-28.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!