רוי:וואלוטע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וואלוטע איז די איינצהייט פון געלט וואס מען ניצט אין א לאנד. יעדע לאנד האט זיין אייגענע וואלוטע און יעדנ'ס וואלוטע איז ווערט אן אנדער פרייז.

וואלוטע גיט צו די קראפט פון מסחר. וואלוטע איז די קאמפענסאציע פאר ארבעט און מיט דעם קען מען גיין ווייטער און קויפן פראדוקטן און דינסטן.

די באוואוסטע וואלוטעס פון דער וועלט זענען:

דער באגריף

וואלוטע קלינגט זייער פשוט פאר יעדן מענטש. עס איז געלט, פאפיר צו עפעס אנדערש, וועלכע מען באקומט פאר די ארבעט וואס מען טוט און מיט דעם קויפט מען איין אלע פראדוקטן און סערוויסעס וועלכע מען דארף האבן צום לעבן.

אין פאקט האט די אנטוויקלונג פון וואלוטע אויסגעפארעמט מענטשליכע ציוויליזאציע, אנגעצינדן און אויסגעלאשן אסאך מלחמות, און רוב לענדער און שטעט וואלטן פשוט נישט עקזיסטירט אן וואלוטע און עס איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי די וועלט האט אויסגעקוקט בעפאר עס איז געווען וואלוטע.

היינט איז פאראן וואלוטע אין יעדע לאנד אבער אמאל אין ערטער וואו עס איז נישט געווען קיין וואלוטע האט מען געטוישט א חפץ פאר א חפץ וואס טייטש אז אויב איינער האט געהאט אן איבריגע אקס און האט זיך גענויטיגט אין א פערד איז ער געגאנגן אין מארק און געטוישט זיין אקס פאר א פערד. דער געדאנק פון וואלוטע איז שטענדיג געווען אבער דורכאויס די יארן זינט די וועלט שטייט איז עס שטענדיג געווען אן אנדערע זאך און יעדע קעניגרייך אדער ראיאן האט זיך געהאט איר אייגענע אפאראט וועלכע איז גענוצט געווארן אלס די וואלוטע פאר מסחר. עס האט געקענט זיין שטיינערנע רעדלעך, מעסערלעך, זאלץ, פלאטע (אויסגעקריצטע שטיינער), און אפילו מענטשן זענען גענוצט געווארן אלס געלט. אין אנדערע ווערטער איז געלט שטענדיג געווען אן אפאראט אויף וועלכע די מענטשן פון א לאנד האבן איאיינעם מסכים געווען צו נוצן אלס וואלוטע.

איינטוישן חפיצים וואלט אבער קיינמאל נישט געארבעט ווייל וואס אויב איינער וואס האט פארמאגט אן אקס האט געוואלט קויפן ווייץ. דער אקס איז געווען פיל מער ווערט וויפיל ווייץ ער האט געקענט נוצן און פארקויפן א האלבע אקס איז דאך נישט שייך. געלט פעררעכט דעם פראבלעם ווייל געלט האט שטענדיג א באשטימטע ווערט אין מען ברויך געבן אזויפיל געלט וויפיל עס איז ווערט דער מסחר. דאס געלט קען מען גיין ווייטער נוצן און עס איז נישט פאראן אז איינער זאל נישט קענען נוצן געלט אין אויסטוישט פאר זיינס א חפץ. און ווער רעדט נאך פון די באקוועמליכקייט פון געלט. שטעלט אייך פאר וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א מארק וואו יעדער האט זיך מיטגעברענגט בהמות און זעקלעך תבואה צו קענען אויסטוישן פאר אנדערע געברויכן. געלט איז לייכט און טראגט זיך אין טאש.

נאך א וויכטיגער סיבה פארוואס מען דארף האבן געלט אין מסחר איז ווייל רייכטום קען מען נאר אנזאמלן מיט געלט. תבואה און אנדערע זאכן האט מען נישט געקענט זאמלן ווייל עס איז צוגרונד געגאנגן . געלט קען מען זאמלן און האלטן פאר שפעטער ווייל עס פארלירט נישט איר ווערט.

אבער דער וויכטיגסטער פונקט אין וואלוטע איז ציוויליזאציע. א רייכע פאמיליע אין יענע צייטן האט זיך אנגעזאמעלט אסאך בהמות, אסאך קנעכט, אסאך לאנד, און אסאך מיליטערישע קראפט וואס האט געמאכט זיין פאמיליע אלס א פאליטישע קראפט פאר דורות און דאס גענוי האט געמיינט די אלע קריג לארדן. מיט געלט איז די וועלט געווארן מער ציוויליזירט ווייל מען האט געזאמלט געלט אנשטאט קראפט און די איבריגע וועלט האט באקומען דעמאקראטיע.

אין די לעצטע 3,000 יאר האבן זיך די פונקציעס פון וואלוטע געטוישט איבער די גאנצע וועלט און איז געפאלן צו 4 קאטעגאריעס: סחורה וואלוטע, מטבעות, פאפיר וואלוטע, און עלעקטראנישע וואלוטע.

סחורה אלס וואלוטע

די סארט וואלוטע איז דער צווישנשייד פון די אמאליגע און היינטיגע מסחר. סחורה איז נישט געלט נאר עפעס וואס איז ווערט פאר זיך אליינס אפילו אויב עס וואלט נישט געדינט אלס וואלוטע. א גוטער ביישפיל זענען געווען די אזטעקן (די אימפעריע וועלכע האט געהערשט אין מעקסיקא איבער 500 יאר צוריק) וועלכע האבן גענוצט קאקא באנדלעך אלס וואלוטע ווייל די באנדלעך זענען געווען חשוב (מען האט געמאכט דערפון טשאקלאד, א חשובע מאכל אין יענע צייטן) און איז אויך געווען גרינג צו שלעפן. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז זיי האבן גענוצט אן אקטועלע ווערטפולע זאך וועלכע איז נישט אזויווי געלט וועלכע איז נאר ווערט אין מסחר און קען פארלירן אדער פארדינען אין ווערט. אין היסטאריע זעט מען אסאך וועגן רונדער אבער דער אזטעק ביישפיל איז בעסער ווייל רונדער איז געווען שווער צו טראנפארטירן, ספעציעל אין יענע צייטן.

סחורה וואלוטע האט אויך געהאט איר ווערט געוואנדן לויט די לענדער און ראיאנען. די קאקא באנדלעך זענען טאקע געווען זייער חשוב ביי די אזטעקס אבער ווען זיי האבן געוואלט קויפן אייראפעאישע סחורה האבן זיי געמוזט געבן גאר אסאך באנדלעך ווייל די אייראפעאישע זענען נישט געווען אזוי פאר'חלשט פאר קאקא און עס האט נישט געהאט קיין ווערט ביי זיי.

מטבעות

היסטאריע זאגט אז די ערשטע מטבעות זענען געגאסן געווארן דורך די לידיא וועלכע איז געווען אן אלטע אימפעריע אין טערקיי. יענע מטבעות זענען געמאכט געווארן אויפ'ן באפעל פונעם קעניג און דעם קעניג'ס געזיכט אדער די סימבאלן פון די אימפעריע איז געווען אויסגעקריצט אויף די מטבעות. די מטבעות האבן זיך שנעל אריבערגעכאפט צו די גריכן און שפעטער אויך צו די רוימען וועלכע זענען דעמאלט געווען די גרעסטע אימפעריע'ס אויף די וועלט. רוב מטבעות זענען געווען געמאכט פון גאלד אדער זילבער און איר ווערט איז באשטימט געווארן דורך די אויטאריטעט.

ווען די מטבעות זענען אנגעקומען קיין כינע האבן די כינעזער דאס געמאכט אין פארעם פון מעסערלעך וועלכע זענען געווען רינדיג פון אויבן און האבן געהאט א לעכל אינדערמיט מען זאל קענען ארויפלייגן אסאך אויף א בענדל. מיט די יארן זענען פון די מעסערלעך געווארן מטבעות אבער נאך אזוי שפעט ווי 150 יאר צוריק איז עס געווען רינדיג מיט א לאך אינדערמיט.

עס איז באקאנט אז די רוימישע הערשאפט איז אונטערגעגאנגן צוליב זייער וואלוטע. דאס האט פאסירט ווען די רוימישע אימפעריע האט געהאט א מאנגל אין גאלד און זי האט באשלאסן צו נוצן נאר האלב גאלד אין אירע מטבעות און דאס איבריגע איז געווען פון עפעס אנדערש. ווען די נייע וואלוטע איז ארויס אויפ'ן מארקעט האט עס פארלוירן איר ווערט און מיט דער צייט האבן די רוימען פארלוירן איר רעספעקט וועלכע האט געפירט צו איר אונטערגאנג.

אבער די צוזאמענפאל פון די רוימישע אימפעריע איז געקומען מיט א פרייז ווייל מענטשן האבן מער נישט געהאט קיין צוטרוי צו מטבעות און מען איז צוריק צו די אלטע וועגן פון אויסטוישן סחורה. דאס האט אזוי אנגעהאלטן אין די טונקעלע תקופה (די מיטעלע יארן פונעם מיטל אלטער וועלכע האט אנגעהאלטן פונעם 14'טן ביזן 16'טן יאר-הונדערט) און איז צוריקגעקומען אין באנוץ אין די רענעסאנס יארן (די ענדע פונעם מיטל אלטער) ווען די וועלט האט צוריקגענומען קלאסישע קולטור און עס האט זיך אנגעהויבן מאדערנע וויסנשאפט און געאגראפישע פארשונג.

פאפירענע וואלוטע

פאפירענע וואלוטע איז אנטוויקלעט געווארן ערשט ביי די כינעזער וועלכע האבן ארויפגעדרוקט די אימפעריע סימבאלן און דאס אנגעהויבן נוצן אנשטאט מטבעות. די פאפיר איז געווען געמאכט אויף זייער א פשוטע וועג און יעדער האט עס געקענט נאכמאכן אבער דער שטראף פאר ווער עס האט דאס געטאן איז געווען טויט.

כינע איז געבליבן די איינציגסטע אימפעריע וועלכע האט גענוצט פאפירענע וואלוטע פאר א לענגערע צייט ווייל אייראפע האט דאס נישט געוואלט אקצעפטירן. פון צייט צו צייט ווען עס איז געווען א מאנגל אין גאלד אדער זילבער האבן געוויסע אייראפעאישע לענדער גענוצט לעדערנע וואלוטע אבער עס איז נאר געווען צייטווייליג. שוועדן איז געווען די ערשט לאנד וועלכע האט געדרוקט פאפירענע וואלוטע אין אייראפע אינעם 16'טן יאר-הונדערט אבער אויך זי האט דאס אויפגעגעבן א צייט שפעטער ווען מען האט דאס נאכגעמאכט צופיל און עס האט פארלוירן איר ווערט.

אייראפע האט אנגעהויבן נוצן פאפירענע וואלוטע אין די ענדע פונעם 17'טן יאר-הונדערט ווען די פראנצויזישע באנק האט אפיציעל אנגעהויבן דרוקן די וואלוטע. די פראנצויזישע היסטאריקער זאגן אז דאס האט זיך אנגעהויבן ווען די גאלדשמידער האבן אנגעהויבן געבן רעסיטס פאר די גאלד וואס מענטשן האבן געהאט ביי זיי אוועקגעלייגט. דאס האט געגעבן די פאפירענע וואלוטע די נויטיגע קראפט ווייל עס איז באמת געווען א שטר פאר גאלד וואס מען האט ווירקליך פארמאגט. דער סיסטעם איז פארבליבן ביז פאר 30 יאר צוריק ווען געלט איז נישט מער ווי א שטר פאר עכטע גאלד וואס איז געליגן אוועקגעלייגט פאר יעדן דאלאר און אויב איינער וואלט שטארק געוואלט וואלט ער געקענט צוריקנעמען זיין גאלד אנשטאט די באנקנאטעס. היינט איז א דאלאר גארנישט ווי מיר וועלן שפעטער זען. אגב, אין די צייטן פון די וועלט מלחמות איז געווען א מאנגל פון גאלד און דעמאלט האט מען גענוצט אנדערע מעטאלן אנשטאט דעם וועלכע האט אנגעהאלטן ביז אין 971'.

עלעקטראנישע וואלוטע

זינט געלט איז דאך נאר עפעס וואס רעפרעזענטירט די אמת'ע ווערט האט נישט לאנג גענומען מען זאל אנהייבן גיין עלעקטראניש. עס האט זיך אנגהויבן נאך די צווייטע וועלט קריג ווען די בענק האבן רעקארדירט אלע אינפארמאציע פון אלע טראנזאקציעס פונעם טאג אויף א ספעציעלע מאגנאטישע ראד וועלכע מען האט געהאלטן אין די רעזערוו בענק.

די אמעריקאנער בענק זענען געווען דאס מערסטע פארגעשריטן און האבן געארבעט מיט די פעדעראלע רעזערוו צו עלעקטראניזירן די וואלוטע. אלס אן ערשטע שריט האט מען עלימינירט די אמאליגע גרויסע בילס פון $500, $1,000, און $5,000 ווייל עס האט מער נישט אויסגעפעלט צו נוצן זינט מען האט געטאן אלע גרויסע טראנזאקציעס עלעקטראניש. דאס איז געווען א וויכטיגע זאך ווייל די גרויסע געלטער האט נישט געטויגט עס זאל זיך דרייען צווישן מענטשן וועגן גניבות און פעלשונגן. די טרעזשורי דעפארטמענט האט טאקע אויפגעהערט מאכן די גרויסע בילס אבער עס איז קיינמאל נישט פארבאטן געווארן פון צירקולאציע און נאך היינט דרייען זיך ארום אזעלכע בילס צווישן מענטשן.

דער נעקסטער שריט איז געווען קאמוניקאציע ווען די בענק האבן איינגעשטעלט א קאמוניקאציע סיסטעם דורך ווייערס און האבן געקענט טראנספערירן געלט עלעקטראניש אן מאכן די מאגנאטישע רעקארדן. עס איז געגאנגן צעביסלעך און אין די ערשטע יאר פון 990' זענען אלע אמעריקאנער בענק געווארן 100 פראצענט עלעקטראניש.

מיט די עלעקטראנישע וואלוטע אין קראפט איז די וועלט אריין אין א נייע תקופה און עס זענען ארויפגעקומען זאכן וואס זענען קיינמאל פריער נישט געווען אדער אויסגעטראכט געווארן ווי קרעדיט קארטלעך, דירעקטע עלעקטראנישע דעפאזיטס, און שפעטער די אינטערנעט.

די ערשטע קרעדיט קארד איז ארויסגעגעבן געווארן דורך דיינערס קלאב אין 950' וועלכע איז געווען נאר פאר רייכע מענטשן וועלכע האבן געהאט אויסערגעווענליכע גוטע קרעדיט. עס האט אבער נישט גענומען לאנג ביז אלע בענק האבן איינגעזען אז מען מאכט געלט פון זיי און קרעדיט קארדס האבן עקספלאדירט איבער די וועלט. די גרעסטע קרעדיט קארד פירמע איז היינט וויזא וועלכע פארמאגט איבער 200 מיליאן קארטעלך אין אמעריקע אליינס. וויזא איז ארגינעל די בענק אוו אמעריקע און איר ערשטע קארטל האט זיך גערופן בענק אמעריקארד.

עלעקטראנישע דירעקט דעפאזיט איז די ערשטע געגעבן געווארן דורך די אמעריקאנער רעגירונג'ס סאשעל סעקיוריטי סיסטעם און איינמאל מענטשן האבן זיך איבערגעצייגט אז דאס ארבעט טאקע האט מען אנגעהויבן נוצן עלעקטראנישע טראנספערס און דירעקט דעפאזיט אין אלע ביזנעס געברויכן. ווער רעדט נאך זינט די אינטערנעט איז ארויסגעקומען האט זיך דאס פילפאכיג פארמערט און מען שאצט אז נאר 8 פראצענט פון די וועלט'ס וואלוטע איז היינט קעש, דאס איבריגע איז אלעס קאמפיוטער דאטא.

אין 2009 האט זיך אנגעהויבן א נייע מין וואלוטע וואס הייסט ביטקוין, וואס טוט אויף אז מען זאל קענען האנדלען דירעקט איינער מיטן צווייטן, אן קיינעם אינדערמיט, און עס האלט אין איין צוקומען נאך אזעלכע מטבעות למשל ביטקוין קעש, לייטקוין, ריפפעל, און נאך,

די ווערט פון היינטיגער וואלוטע

פרעגט יעדן קינד וועט ער אייך וויסן צו זאגן אז עס ליגט אוועקגעלייגט א שטיק גאלד פאר יעדן דאלאר וואס ווערט געמאכט און איינער וויל דווקא קען ער איינטוישן זיין געלט פאר די גאלד.

דאס איז געווען אן אמת'ע זאך אמאל אבער היינט איז מער נישט פאראן אזא זאך. זינט 971' האט די אמעריקאנער רעגירונג אויפגעהערט אוועקלייגן גאלד און אלע לענדער האבן באלד נאכגעפאלגט.

די פראגע פרעגט זיך אליינס: "אויב אזוי, וואס איז די ווערט פון געלט?" אבער דער ענטפער איז מער איבערראשנד: "טאקע גארנישט".

די איינציגסטע סיבה פארוואס דער דאלאר האט א ווערט איז וויבאלד מיר האבן באשלאסן אז עס האט א ווערט און מיר האנדלען מיט דעם יעדן טאג. יעדע דאלאר, איירא, פראנק, פונט, איז היינט נישט מער ווי א פאפיר וועלכע רעפרעזענטירט איר ווערט נאר ווייל מיר באטראכטן עס אלס ווערט און מיר זענען גרייט צו אקצעפטירן די פאפירן אין אויסטויש פאר פראדוקטן און סערוויסעס.

עס איז באקאנט דאס ווארט פון דעם נאבעלע פרייז געווינער עקאנאמיסט מילטאן פרידמאן וועלכער האט געזאגט: "דער גרינער דאלאר האט א ווערט נאר ווייל מיר מיינען אז עס האט א ווערט".

כדי גרינגער צו פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט דארף מען פארגלייכן איין וואלוטע צו די אנדערע און זען די חילוק אין ווערט צווישן די צוויי. יעדע לאנד'ס וואלוטע ווערט געמאסטן לויט איר עקאנאמישע וואוקס גענוי וויאזוי מען מעסט די ווערט פון שעירס אויפ'ן סטאק מארקעט. א רעגירונג האט א געוויסע מאס קאנטראל צו הייבן און נידערן איר וואלוטע אבער דאס איז אן איינשטעל פונקט ווי אן איינשטעל פון א סטאק מארקעט פירמע וואס מאכט א נייע מעלדונג וואס קען קוראזשירן אדער דע-קוראזשירן אינוועסטירער. ווען די רעגירונג וויל ברענגן פרישע אינוועסטמענטס וועט זי פרובירן נידערן די וואלוטע אבער דאס איז אן איינשטעל ווייל אמאל וועלן מענטשן באטראכטן די מצב ערגער ווי עס איז און עס וועט ברענגן די פארקערטע רעזולטאטן.

איר וועט מעגליך פרעגן פארוואס קענען נישט די ארימע לענדער פראדוצירן פאלשע געלט אונטערן טיש? אבער דער ענטפער וועט אייך פארענטפערט ווערן איינמאל איר טראכט בעסער אריין אין אייער פראגע. ווי מיר פארשטייען איז געלט ווי א שטר וועלכע רעפרעזענטירט עכטע געלט וועלכע איז ניטאמאל פאראן. לאמיר דאס פארגלייכן צו א טשעק פון א ביזנעס וואס אויב די ביזנעס זאל ארויסגעבן צופיל טשעקס וועט עס קראכן. דאס זעלבע איז מיט א רעגירונג. יעדע פאלשע וואלוטע גייט אריין אינעם מארקעט און א שיינעם טאג קומט די זעלבע וואלוטע צוריק און די רעגירונג קען גארנישט טאן דערמיט אויב עס איז באמת נישט זיין געלט.

אויסער דעם איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו פראדוצירן וואלוטע ווייל ווי מער וואלוטע אלס ווייניגער איז ווערט דאס געלט און דער תירוץ דערצו איז ווייל אויב עס איז פאראן צופיל וואלוטע אין די צירקולאציע פאלט די ווערט פונעם דאלאר ווייל עס איז גארנישט אנדערש פון יעדע אנדערע ווערטפולע זאך.


אינפלאציע

Postscript-viewer-blue.svg אינפלאציע

דער אפטייטש פון אינפלאציע איז די ווערט פון געלט וואס פראדוקטן און סערוויסעס קאסטן לויט'ן דור. פרעגט א מיטל יעריגער מענטש וועט ער וויסן צו זאגן אז ווען ער איז געווען אין אייער עלטער האט א גאלאן גאזאלין געקאסט 30 צענט, א סיטי באס האט געקאסט 5 צענט, א נייע אויטא האט געקאסט $5,000, און רענט פאר א דורכשניטליכע הויז האט געקאסט $150 פער מאנאט. היינט קאסט א גאלאן בענזין 2 דאלאר, א סיטי באס 2 און א האלב, א נייע אויטא אין דורכשניטליך $20,000, און דירה־געלט טוט וויי צו דערמאנען. דאס איז טייטש אינפלאציע.

עס איז פאראן צוויי סיבות פארוואס דאס איז אזוי אז זאכן ווערן טייערער און טייערער. די ערשטע און הויפט סיבה איז ווייל די מענטשן ברענגן דאס אליינס ארויף מיט די גלוסט צו געלט. זיי ווילן מאכן מער און יענער וויל אויך מאכן מער און אזוי גייט עס מער און מער. דער צווייטער סיבה איז ענליך אבער דאס האט שוין צעטאן מיט די עקאנאמישע פרינציפאלן פון סופליי און פארלאנג פאר געלט.

יעדע רעגירונג דארף אויסרעכנען וויפיל געלט צו דרוקן יעדעס יאר ווייל ווי מער געלט אלס פאלט די ווערט דערפון. ווען די פארלאנג פאר געלט איז גרויס וועט די רעגירונג דרוקן מער געלט אבער אויב עס וועט נישט אויפגענוצט ווערן ווי פאראויס געפלאנט וועט די ווערט דערפון פאלן און דאס הייבט אינפלאציע.

נאך די ערשטע וועלט קריג האבן די אייראפעאישע לענדער געצווינגן דייטשלאנד צו באצאלן 33 ביליאן דאלאר אין קאמפענסאציע געלטער. עס איז אבער נישט געווען פון וואו צו נעמען דאס געלט ווייל דייטשלאנד האט פשוט נישט פארמאגט דאס געלט און די איינציגסטע ברירה איז געווען צו דרוקן מער געלט כאטש זיי האבן געוואוסט אז דאס וועט שוואכער מאכן זייער וואלוטע. וכך הוה.

אבער עס איז געקומען מיט א פרייז וואס קיינער האט זיך נישט פארגעשטעלט און די אינפלאציע איז ארויף צו א וועלט'ס רעקארד שטאפל. אין 923' האט גענומען 42 ביליאן דייטשע מארק צו קויפן איין יו-עס צענט און עס האט גענומען 726 ביליאן מארק צו קויפן א פראדוקט וועלכע האט געקאסט איין מארק אינגאנצן 5 יאר פריער. דער פראבלעם האט אריינגעלייגט דאס לאנד אין א דעפרעסיע און נאר א דאנק דעם האט היטלער געקענט באווייזן צו באקומען שטיצע צו זיין נאצי פארטיי. אלע אנאליסטן זאגן אז אויב דייטשלאנד וואלט נישט געהאט שווערע צייטן וואלט היטלער מעגליך קיינמאל נישט געקענט געקומען צום מאכט.

די קאסטן פון געלט

ווי דערמאנט איז פיל צו פארדאנקן די היינטיגע וואלוטע סיסטעם צו די פארגעשריטענע קורסן אין וועלכע איין וואלוטע ווערט געמאסטן קעגן אנדערע און נאר דארט זעט מען די ריכטיגע ווערט פון יעדע וואלוטע. פונקט ווי אין די סטאק מארקעט קען מען נאר זען די ריכטיגע ווערט פון א פירמע ווען מען שטעלט עס צו אויף א ליסטע מיט אנדערע פירמעס דאס זעלבע איז מיט וואלוטע. עס זענען פאראן הונדערטער וואלוטעס ארום די וועלט און רוב וואלוטעס ווערן נישט אקצעפטירט אין אנדערע לענדער אפילו ווען צוויי לענדער זענען שכינים און נאנטע פריינט.

נאר דער אמעריקאנער דאלאר איז עובר לסוחר (אויך נישט אויף 100 פראצענט) ווייל דאס איז דער שטערקסטער וואלוטע אינעם היינטיגן דור און יעדער איז גרייט צו קויפן דעם וואלוטע צו יעדע צייט.

וויבאלד א קאנאדער קען נישט קויפן א פונט ברויט אין אמעריקע מיט זיין קאנאדישן דאלאר איז פאראן א סערוויס פון בענק און אנדערע פינאנציעלע פירמעס אין וועלכע יעדע וואלוטע קען געטוישט ווערן צו סיי וועלכער אנדערער וואלוטע. דער קאנאדער וועט טאקע נישט קענען טוישן יו-עס געלט פאר קאנאדישע אין אמעריקע אבער ער וועט יא קענען איינגעבן זיין קאנאדישע צו באקומען יו-עס. די באנק אדער פירמע וועט שפעטער שיקן דאס געלט צו א עקסטשעינדזש הויז און פון דארט וועט עס צוריק אנקומען קיין קאנאדע וואו עס וועט צוריקגעטוישט ווערן צו אמעריקאנער וואלוטע.

זינט געלט איז עלעקטראניש קען מען מאכן עקסטשעינדזשעס מיט אלע וואלוטעס אין די וועלט וויבאלד עס איז נישט מער ווי א טויש אין א נייע פארעם פון געלט וועלכע עקזעסטירט סייווי נישט און איז נאר א חשבון וויפיל יענע וואלוטע איז ווערט קעגן אן אנדערע וואלוטע.


זע אויך

אמעריקאנער וואלוטע

עקסטשעינדזש ראטעס


דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!