רוי:אדאלף היטלער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:היטלער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
היטלער

אַדאָלף היטלער (דייטש: Adolf Hitler;‏ 1889 - 1945), געבוירן אין בראַונאַו, עסטרייך, איז געווען דער קאנצלער און נאכן טויט פונעם רייכספּרעזידענט פּאַול הינדענבורג 1934 דער דיקטאַטאָרישער "פיהרער" פון דייטשלאַנד צווישן די יארן ה'תרצ"ג ביז זיין טויט ה'תש"ה. ער איז געווען דער הויפט־פאַראַנטוואָרטליכער פאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און דער טרויריג באַרימטער מאַסנמערדער און אידן־פאַרטיליגער וואָס טראָגט דעם אַחריות פאַרן חורבן אייראָפּע. אונטער זיין ממשלה און אויף זיין באַפעל זענען דערהרגעט געוואָרן 6 מיליאן ייִדן און צווישן 9 צו 20 מיליאָן מענטשן פון אַנדערע פעלקער. זיין אידעאָלאָגיע איז געווען אז די דייטשן ווי די פאָרשטייער פון דער ארישער ראסע דארפן געוועלטיקן אין אייראָפע.

זיין יוגנט

ער האָט נישט געענדיגט די מיטלשול. ער איז געווען דא א מאלער יונג, ער האט פרובירט זיך צו לערנען מאלעריי.

די ערשטע וועלט־מלחמה

היטלערס מיליטערישע אויפטוען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען געווען אַזוינע אַז ער איז אויסגעצייכנט געוואָרן מיטן אייזערן צלם, אַ מעדאַל פאַר העלדישקייט. ס'יז כּדאי צו דערמאָנען אַז פונדעסטוועגן האָבן זיינע אָפיצירן געהאַלטן אַז ער איז נישט קיין גוטער אָנפירער און מען קען אים נישט דערהייבן פאַר אַן אָפיציר. איז ער פאַרבליבן אַ פּשוטער זעלנער בעת דער גאָרער מלחמה.

היטלער איז ביי דער ערשטער וועלט מלחמה שטארק פארוואונדאט געווארן.

ערשטע יאָרן פון דער נאַצי־פאַרטיי

די נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע דייטשע אַרבעטער־פאַרטיי איז געגרינדעט געוואָרן דורך אַנטאָן דרעקסלערן אין יאָר 1919 אין מינכען אונטערן נאָמען "דייטשע אַרבעטער־פּאַרטיי". להיפּוך צו דער פּאָפּולערער לעגענדע איז היטלער נישט געווען דער גרינדער פון דער פּאַרטיי, נאָר אַ פרי מיטגליד אירס. בעיקר ארבעטסלאזע מענטשן און ליידיגגייער זענען געווען די ערשטע מיטגלידער. ווען היטלער איז אנגעקומען האט מען אנדעקט אין אים א שטארקע כח אין רעדן, און ער איז געווארן דער רעדנער פאר דער פארטיי. זיינע קעגנער האבן אים באצייכנט שטענדיק אלס דעמאגאג.

"מיין קאַמף"

Postscript-viewer-blue.svg מיין קאמף

היטלערס אויפשטייג צו דער מאַכט

דאָס דריטע רייך

דער חורבן

6 מיליאָן אידן געהרגעט

די צווייטע וועלט־מלחמה

פאַרשפּילט די קריג און טויט

היטלער האט געהאט די אייגענשאפטן פון א דיקטאטור, ער האט נישט געקענט דערליידן ווען מען האט אים קריטיקירט, ער פלעגט אייביג ווארפן דעם שולד אויף א צווייטן און נישט אויף זיך, דאס האט געפירט דערצו אז צום סוף ווען מען האט אים געזאגט אז ער פירט נישט גוט דעם קריג, האט ער אראפגעזעצט זיינע בעסטע גענעראלן, און דאס האט צוגעהאלפן אים פארשפילן דעם קריג.

היטלערס רעליגיע

היטלערס געזונטהייט

היטלער האט געהאט א פערזענדליכן דאקטער, אזוי ווי אלע גרויסע לייט און פירער פון מדינות, דאס איז זיכער אז ער פלעגט אים טריטן אויף ספעציעלע קראנקייט, ער פלעגט אים געבן יעדן אינדערפרי איינשפריצונגען דורך א נידל, עס זענען דא היסטאריקער וואס זאגן אז ער האט געליטן אויף פארקיסאנן, זיי באזירן זייערע רייד אויף דעם וואס אויף אסאך בילדער זעהט מען ווי ער איז נישט בלאנסירט.

היטלערס פאמיליע

היטלערס טויט

היטלער איז געווען איינגעשפארט אין זיין בונקער אין בערלין, אין זאך פור ווינרשטאט אין זאס טאקו דיודן ווען ער האט געזעהט אז די רויסישע ארמיי דענענטערט זיך צו זיין פלאץ, איז ער ארויס מיט זיין ווייב וואס איז געווען מיט אים, אויפן הויף פון דער אריינגאנג פון זיין בונקער, ער האט איר און זיך געהרגעט מיט א שיסער {{אין אידיש איז עס באשריבן באריכות אינעם דריטן חלק פון "דער צווייטער וועלט מלחמה" פרק "דייטשלאנד קאפיטולורט" דאס איז דער ווערק פון דעם אידישן שרייבער אלכסנדר סנדר דייטש}}, ער האט אנגעזאגט פאר זיינע געטרייע נאצי באדינער מען זאל אים פארברענען כדי מען זאל אים נישט כאפן און הענגן, אזוי ווי מען האט געהאנגען דער איטאליענישער פירער מוסאָליני, זיינע באדינער האבן אזוי געטועהן און ער איז פארברענט געווארן, ווען די רוסישע ארמיי איז אהנגעקומען האבן זיי שוין גארנישט געטראפען קיין זכר פון אים, נאר א זכר פון זיינע נאנטע מענטשן וואס האבן אויך אים נאכגעטוהן.

אינטערעסאַנטע פאַקטן

היטלער פלעגט זיך אסאך אפרעדן צו זיין לייב דאקטער - ווי ער באשרייבט עס אין זיין בוך - אז א מלאך שטייט איבער מיר, און דער מלאך לאזט מיך נישט אפ, ער פייניגט, און פייניגט טאמער טו איך נישט וואס ער וויל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!