רוי:איירא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Euro symbol.svg

די איירא (סימבאל: € ; באנק קאד: EUR) איז די אפיצעילע וואלוטע זייט 2002 פון דער אייראזאנע, וואס איז כולל היינט 18 לענדער (איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, גריכנלאנד, דייטשלאנד, האלאנד, לוקסעמבורג, ליטע, לעטלאנד, מאלטא, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, עסטרייך, פארטוגאל, פינלאנד, פראנקרייך, ציפערן און שפאניע) פון די 28 לענדער אין דעם אייראפעאישן פארבאנד. יעדע איירא ווערט צעטיילט אויף 100 צענט.

זי איז די וואלוטע פון 334,000 מענטשן אין דער אייראזאנע און אין פינף אנדערע לענדער וואס ניצן די איירא. ליטע האט אדאפטירט די איירא ווי איר אפיציעלע וואלוטע אנשטאט דעם ליטאס דעם 1טן יאנואר 2015.

די איירא איז די צווייטע גרעסטע זאפאס וואלוטע, ווי אויך די צווייטע מערסט־געהאנדלטע וואלוטע, נאכן אמעריקאנער דאלאר. אום נאוועמבער 2013 איז געווען אין צירקולאציע העכער פון €951 ביליאן, די גרעסטע ווערט פון א וואלוטע אין צירקולאציע אין דער גארער וועלט.

מאפע פון דער אייראזאנע

██ אייראזאנע (19)

██ א"פ־מיטגלידער מיט א פליכט איינצופירן די איירא (7)

██ א"פ־מיטגלידער מיט א באפרייאונג פון איינפירן די איירא (2)

██ נישט-א"פ-מיטגלידער מיט אן אפיציעלן הסכם צו ניצן די איירא (אנדארע, מאנאקא, סאן מארינא און וואטיקאן)

██ נישט-א"פ-מיטגלידער וואס ניצן די איירא אומאפיציעל (2)

די איירא ווערט אדמיניסטרירט פון דעם אייראפעאישן צענטראלבאנק באזירט אין פראנקפורט, אן אומאפהענגיגער צענטראלבאנק וואס אליין האט די רעכט צו באשטימען די געלטפאליטיק. צוזאמען מיט די צענטראלבענק פון די מיטגלידער שטאטן דרוקט מען און פארשפרייט מען די באנקנאטן און מטבעות.

ס'זענען פאראן זיבן באנקנאטן: €5 (גרא), €10 (רויט), €20 (בלוי), €50 (אראנזש), €100 (גרין), €200 (געל) און €500 (פורפור). ס'איז אויך אכט פארשידענע מטבעות: €0.01, €0.02, €0.05, €0.10, €0.20, €0.50, €1, €2.

דעם נאמען איירא האט מען אדאפטירט אפיציעל דעם 16טן דעצעמבער 1995.

איבערבליק

זינט די איירא איז אריין אין קראפט איז זי געווארן פון די שטערקסטע וואלוטעס איבער דער וועלט צוליב אייראפע'ס גוטע עקאנאמיע וואס טוט אינאיינעם פראדוצירן כמעט אזויפיל וויפיל די פאראייניגטע שטאטן און עקספערטן זאגן אז דער אייראפעאישער פארבאנד וועט גאר איין טאג איבערשטייגן די פאראייניגטע שטאטן און וועט, לויטן וועג וואס ער גייט, ווערן די שטערקסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.

נאציאנאלע וואלוטעס זענען פון די וויכטיגסטע זאכן וויאזוי א מאדערנע עקאנאמיע אפערירט דורך מעסטן די ווערט פון א פראדוקט אריבער די גרעניצן פון אנדערע לענדער, אויף די אנדערע זייט אקעאן, און פון אנדערע קולטורס. וואלוטע איז טיף איינגעקריצט אין די קולטור און אין אונזער פיזיק. ווען איינער איז געבוירן אין די פאראייניגטע שטאטן איז דער דאלאר איינגעקריצט אין זיין מוח אבער אויב איר זענט געבוירן אין יאפאן איז דער יען איינגעקריצט אין אייער מוח.

זינט דער צווייטער וועלט קריג האט אייראפע אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם אין פארשידענע פראגראמען און פאליסיס און האבן שפעטער געגרינדעט די אייראפעאישע פאראיין מיט וועלכע זיי האבן אינאיינעם באקומען א שטערקערע מאכט אויסצופירן פאליסיס און ספעציעל האט עס געהאלפן עקאנאמישע ערייכונגן. נאך אין די ערשטע יארן פון דעם אייראפעאישן פארבאנד האט מען שוין גערעדט וועגן אדאפטירן איין וואלוטע אלס נאך א טריט צו פאראייניגן און פארשטערקערן אייראפע'ס מאכט. די פלענער זענען קיינמאל נישט אראפ פון טיש און ווען עס איז געקומען נענטער צום סוף פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט זענען די פלענער געווארן ערנסטער. ענדליך אין 1 יאנואר 02' איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון 12 מיטגלידער לענדער פון דעם אייראפעאישן פארבאנד.

די אייראזאנע

די איירא איז היינט די איינציגע וואלוטע פון די פאלגנדע 18 לענדער פונעם אייראפעאישן פארבאנד: איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, גריכנלאנד, האלאנד, שפאניע, פראנקרייך, לוקסעמבורג, לעטלאנד, מאלטא, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, עסטרייך, פארטוגאל, פינלאנד און ציפערן.

אויסער די מיטגלידער לענדער ווערט די איירא גענוצט אין 6 אנדערע לענדער וועלכע קענען נישט נאכקומען די סטאנדארטן צו קענען ווערן א טייל פון די אייראפעאישע פאראיין. זיי זענען: מאנאקא, וואטיקאן סיטי, סאן מארינא, אנדארע, קאסאווא, און מאנטענעגרא.

כדי צו קענען ווערן א מיטגליד אין דער אייראזאנע דארף מען גרייכן געוויסע סטאנדארטן וועלכע איז אויסגעארבעט געווארן דורך דער אייראפעאישער קאמיסיע. בריטאניע, שוועדן, און דענמארק זענען מיטגלידער אינעם אייראפעאישן פאראיין אבער יעדע צוליב זייערע סיבות האבן נישט געוואלט אנטייל נעמען אין דער אייראזאנע.

די אי-יו לענדער וועלכע האבן געוואלט ווערן א טייל פון די איירא האבן געברויכט דורכגיין אן עקאנאמישע פראבע זיכער צו מאכן אז דעם לאנד'ס עקענאמיע זאל נישט האבן קיין שלעכטע עפעקט אויף די איירא. די הויפט סטאנדארטן זענען: אז דאס לאנד'ס יערליכע רעגירונג'ס בודזשעט דעפיציט גרייכט נישט מער פון 2 פראצענט פון דעם לאנד'ס ברוטא אינלענדישער פראדוקט, די סך הכל חובות מעג נישט זיין מער ווי 60 פראצענט פון די דזשי-די-פי, די אינפלאציע ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון 1.5 פראצענט פון די אינפלאציע ראטע פון די בעסטע אייראפעאישע לענדער (פראנקרייך און דייטשלאנד), די אינטערעסט ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון צוויי פראצענט פון די דריי לענדער מיט די נידעריגסטע אינפלאציע ראטעס, און די לענדער'ס עקסטשענדזש ראטעס האבן געמוזט זיין סטאביל פאר א מינימום פון צוויי יאר אין די אייראפעאישע עקסטשעינדזש ראטע מעכאניזם.

די אלע סטאנדארטן זענען נישט געווען קיין איינמאליגע זאך נאר דארף בלייבן מיט די מיטגלידער לענדער פאר אלע יארן כדי צו האלטן די איירא סטאביל און שטארק. אויב א לאנד האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט פון איר דזשי-די-פי ווערט זי באשטראפט מיט 0.2 פראצענט פון איר ברוטא אינלענדישער פראדוקט און נאך 0.1 פראצענט פון די דזשי-די-פי אויב זי האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט. אויב א לאנד פאלט אריין אין א רעסעסיע וועלכע איז מער פון 2.0 פראצענט פאר איבער 4 פיסקאל יארן קען זי אויטאמאטיש ארויסגעלאזט ווערן פון דער איירא.

דער איירא געדאנק

דער קערנדל פון די אייראפעאישע פאראיין איז געגרינדעט געווארן אין 1946 ווען דער בריטישער פרעמיער מיניסטער ווינסטאן טשורטשיל האט פארגעשלאגן זיין פאליטישע פלאן מען זאל גרינדן א "פאראייניגטע שטאטן פון אייראפע" מיט וועלכע ער האט געהאפט אז אזא געשעעניש וועט פארייניגן און ברענגן שלום אין די אייראפעאישע קאנטינענט וועלכע איז געווען צעריסן אין צוויי וועלט מלחמות. אין 1952 האבן 6 אייראפעאישע לענדער אנגענומען אין טייל טשורטשיל'ס פלענער און האבן געגרינדעט די אייראפעאישע קוילן און אייזן קאמיוניטי וויבאלד די צוויי אוצרות זענען די מערסט סטראטעגישע צו די מאכט פון די לענדער און מיט א פאראייניגונג האבן זיי געגעבן די קאנטראל פון די אוצרות צו א זעלבסטשטענדיגע אויטאריטעט. די לענדער האבן מיט דעם געהאפט, ווי טשורטשיל האט פארגעשלאגן, צו פארמיידן מיליטערישע קאנפליקטן, ספעציעל צווישן פראנקרייך און דייטשלאנד. אין 957' איז מען געגאנגען א טריט ווייטער און מען איז זיך צוזאמען געקומען צו א קאנפערענץ וועלכע איז באקאנט געווארן אלס דער אפמאך פון רוים. אין דעם אפמאך האט מען געגרינדעט א פאראייניגטע אייראפעאישע מארק וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, די נידערלענדן און לוקסעמבורג. אין 989' האט דער פרעזידענט פון דער אייראפעאישער קאמיסיע, דזשעק דעלארס, ארויסגעגעבן זיין באקאנטע דעלארס באריכט אין וועלכע ער האט פארגעשלאגן אנצוהייבן ארבעטן אויף א טראנזיציע פלאן וועלכע וועט עווענטועל גרינדן אן איינצעלע וואלוטע סיסטעם.

דער ערשטער טריט האט זיך אנגעהויבן דעם ערשטן יולי 1990 וועלכע האט אפגעשאפן אלע קאפיטאל באגרעניצונגן צווישן די מיטגלידער שטאטן. מען האט אויך געגרינדעט אן אינדענטיפיקאציע סיסטעם פון פראגעס וועלכע האט געברויכט באהאנדלט ווערן און די אנטוויקלונג פון א פאראייניגטע ארבעט פראגראם מיט וועלכע מען זאל שפעטער איינפלאנצן נייע ענדערונגען. דער צווייטער טריט האט זיך אנגעהויבן אין יאנואר דער ערשטן 994' ווען די אייראפעאישע געלטליכע אינסיטוט איז געגרינדעט געווארן צו שטודירן די אייראפעאישע וואלוטעס און העלפן אויפשטעלן דעם צענטראלבאנק מיט א פולשטענדיגע קא-אפעראציע. איין יאר דערויף האבן שוין די פלענער געהאלטן טיף אינדערמיט און דער נאמען איירא איז אדאפטירט געווארן אלס דער נאמען פון די פאראייניגטע וואלוטע. דער דריטער טריט האט זיך אנגעפאנגן יאנואר דעם ערשטן 999' ווען די איירא איז אריין אין קראפט אין די 11 מיטגלידער לענדער האבן אויפגעשטעלט א באשטימטע עקסטשעינדזש ראטע דערפאר. די איירא איז נאך דעמאלט נישט באשטאנען פון קיין אקטועלע געלט און איז נאר גענוצט געווארן אין נישט־מזומנים טראנזאקציעס ווי עלעקטראנישע טראנספערס און קרעדיט. גריכן האט אין אנפאנג נישט מסכים געווען צו דעם טריט אבער האט צוויי יאר שפעטער זיך אויך איינגעשלאסן אין דעם פאראיין, ברענגנדיג די נומער צו צוועלף.

דער איירא סימבאל €

בעפאר מען האט אנגעהויבן איינשטעלן די איירא סיסטעם אין אירע דעטאלן האט מען געברויכט אויסוועלן א סימבאל און די ארבעט איז געגעבן געווארן פאר די אייראפעאישע קאמיסיע אלס א טייל פון איר קאמיוניקאציע ארבעט. די אייראפעאישע פאראיין האט געוואלט האבן א סימבאל וועלכע זאל האבן די פאלגנדע דריי מעלות: 1) זאל גרינג דערקענט ווערן, 2) זאל קענען גרינג געשריבן ווערן מיט די הענט, און 3) זאל זיין שיין און עלעגאנט.

די ארגאניזאציע האט געגעבן צו מאכן 30 דעזיינס און דערנאך האבן זיי ערוועלט די 10 בעסטע און געלאזט די פובליק וויילן וועלכע צוויי זענען די בעסטע. און דערנאך האבן זיי באשלאסן וועלכע פון די צוויי צו נעמען. דער דעזיין וועלכע איז ערוועלט געווארן און ווערט היינט גענוצט איז א גריכישע בוכשטאב און פארמאגט אן "אי" צו באצייכנען אייראפע און צוויי גלייכע ליניעס וועלכע סימבאליזירט סטאבילאטעט. ווען די וואלוטע איז געווען גרייט אנצופאנגען איר איבערטויש האט די אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פאר סטאנדארטיזאציע אויסגעקליבן די בוכשטאבן EUR אלס די אינטערנאציאנאלע קאד פאר דער וואלוטע.

דער נאמען פון דער וואלוטע אין אפיציעלע דאקומענטן פונעם אייראפעאישן פארבאנד איז Euro, אויך ευρώ אינעם גריכישן אלפאבעט און евро אינעם קירילישן אלפאבעט. אפיציעל איז די מערצאל אויך Euro, אבער פראקטיש האט יעדע שפראך איר אייגענע מערצאל. דאס ווארט "איירא" נעמט זיך פון "אייראפע", און ווערט אויסגערעדט אין יעדער שפראך אנדערש.


Euro banknotes 2002.png
איירא מטבעות און באנקנאטן

באנקנאטע און מטבעות דעזיינס

עס זענען פאראן זיבן איירא באנקנאטעס און אירע דעזיינס זענען די רעזולטאט פון א פארמעסט דורך צענדליגער דעזיינער פירמעס וועלכע זענען באשטימט געווארן דורך די נאציאנאלע צענטראלבענק צו מאכן 7 דעזיינס פאר די זיבן באנקנאטן וועלכע וועט גענוצט ווערן פאר אלע מיטגלידער לענדער. די הונדערטער דעזיינס וועלכע זענען געמאכט געווארן האבן סימבאליזירט אייראפע מיט א געמיש פון אירע אלטע צייטן און היינטיגע מאדערניזירטע צייטן. אין די ענדע איז אויסגעקליבן געווארן די דעזיינס פון דעם גרויסן היסטארישן מעלער ראבערט קאלינע וועלכע'ס דעזיינס זענען ערוועלט געווארן ביי א אייראפעאישע קאונסיל אין דובלין אין 96'. די 7 אויסגעקליבענע דעזיינס זענען געשטעלט אויף די זיבן מערסט וויכטיגסטע ארכיטעקט צייט אפשניטן אין אייראפע'ס קולטורל היסטאריע. פארנט פון אלע באנקנאטעס זענען אויסגעמאלן פענסטער און אפענע מויערן וועלכע סימבאליזירן אייראפע'ס אפענקייט און קא-אפעראציע און ארום דעם זענען פאראן 12 שטערנס וועלכע רעפרעזענטירן די 12 מיטגלידער לענדער. אויף די אונטערשטע זייט פון די באנקנאטן זענען אויסגעמאלן פארשידענע בריקן וועלכע סימבאליזירן די קא-אפעראציע און קאמיוניקאציע צווישן אייראפע און די איבריגע וועלט. יעדע באנקנאטע פארמאגט די נומער אויך אין די גריכישע בוכשטאבן און עס שטייט ארויסגעשריבן דער נאמען פון דעם אייראפעאישן צענטראלבאנק אויף פינף וועגן וועלכע רעכענען אריין אלע 11 שפראכן פון די אייראפעאישע באפעלקערונג.

יעדע פון די זיבן באנקנאטן זענען געמאכט געווארן אין אן אנדערע גרייס און פארעם כדי מען זאל דאס גרינג קענען אינדענטיפיצירן. די זיבן באנקנאטעס זענען א פינף הונדערטער, צוויי הונדערטער, הונדערטער, פופציגער, צוואנציגער, צענער, און פינפער (זעט בילדער). די איירא פארמאגט 8 מטבעות וועלכע זענען איין צענט, צוויי צענט, פינף צענט, צען צענט, פופציג צענט, איין איירא, און צוויי איירא. פארשטייט זיך אז אויך די מטבעות זענען אלע אנדערש אין סייז און אין דיקיקייט זיי צו קענען גרינגער אינדענטיפיצירן. אויך די דעזיינס פון די מטבעות זענען ארויסגעגעבן פאר א פארמעסט און לוק לוסיקס, א דעזיינער פון בעלגיע'ס ראיעל מינט דעפארטמענט, האט געווינען זיין געלונגענע דעזיין גרופע וועלכע איז באקאנט צו אלע 12 מיטגלידער לענדער. אויף איין זייט פון די מטבעת איז פאראן איינע פון דריי מאפעס פון אייראפע ארומגענומען מיט 12 שטערנס וועלכע רעפרעזענטירן די 12 מיטגלידער לענדער. אויף די צווייטע זייט פון די מטבע איז פאראן דעזיינס פון אלע לענדער און אויסער דעם איז פאראן פארשידענע דעזיינס וועלכע יעדע לאנד מאכט זיך פאר זיך אליינס און אלע דעזיינס ווערן אקצעפטירט אין אלע מיטגלידער לענדער. די איין, צוויי, און פינף צענט מטבעות זענען רויט, די צען, צוואנציג, און פופציג צענט מטבעות זענען געל, די איין איירא איז ווייס אינדערמיט און געל ארום און ארום, און די צוויי איירא איז פונקט פארקעט. בעפאר מען האט אריינגעלייגט די איירא אין באנוץ האט מען געדרוקט 50 ביליאן מטבעות און 14.5 ביליאן באנקנאטן און דער אייראפעאישער צענטראלבאנק האט אלץ באצאלט.


די ווערט פון די איירא און דער איבערטויש

פריערדיגע נאציאנאלע וואלוטעס פון דער אייראזאנע
וואלוטע קאד
(ISO 4217)
קורס[1] באשטימט נאכגעגעבן
עסטרייךעסטרייך עסטרייכער שילינג ATS &&&&&&&&&&&&&013.76030013.7603 1998-12-31 1999-01-01
בעלגיעבעלגיע בעלגישער פראנק BEF &&&&&&&&&&&&&040.33990040.3399 1998-12-31 1999-01-01
קיפראסקיפראס ציפערן פונט CYP &&&&&&&&&&&&&&00.5852740.585274 2007-07-10 2008-01-01
דייטשלאנדדייטשלאנד דייטשער מארק DEM &&&&&&&&&&&&&&01.9558301.95583 1998-12-31 1999-01-01
עסטלאנדעסטלאנד עסטישער קרוין EEK &&&&&&&&&&&&&015.64660015.6466 2010-07-13 2011-01-01
שפאניעשפאניע שפאנישער פעסעטא ESP &&&&&&&&&&&&0166.386000166.386 1998-12-31 1999-01-01
פינלאנדפינלאנד פינישער מארקא FIM &&&&&&&&&&&&&&05.9457305.94573 1998-12-31 1999-01-01
פראנקרייךפראנקרייך פראנצויזישער פראנק FRF &&&&&&&&&&&&&&06.5595706.55957 1998-12-31 1999-01-01
גריכנלאנדגריכנלאנד גריכישער דראכמא GRD &&&&&&&&&&&&0340.750000340.75 2000-06-19 2001-01-01
אירלאנדאירלאנד אירישער פונט IEP &&&&&&&&&&&&&&00.7875640.787564 1998-12-31 1999-01-01
איטאליעאיטאליע איטאליענישער לירא ITL 0אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן ","..אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן ",".1,936.27 1998-12-31 1999-01-01
ליטעליטע ליטווישער ליטאס LTL &&&&&&&&&&&&&&03.4528003.45280 2014-07-23 2015-01-01
לוקסעמבורגלוקסעמבורג לוקסעמבורג פראנק LUF &&&&&&&&&&&&&040.33990040.3399 1998-12-31 1999-01-01
לעטלאנדלעטלאנד לעטישער לאץ LVL &&&&&&&&&&&&&&00.7028040.702804 2013-07-09 2014-01-01
מאנאקאמאנאקא מאנאקא פראנק MCF &&&&&&&&&&&&&&06.5595706.55957 1998-12-31 1999-01-01
מאלטאמאלטא מאלטעזישער לירא MTL &&&&&&&&&&&&&&00.4293000.4293 2007-07-10 2008-01-01
האלאנדהאלאנד האלענדישער גילדער NLG &&&&&&&&&&&&&&02.2037102.20371 1998-12-31 1999-01-01
פארטוגאלפארטוגאל פארטוגעזישער עסקודא PTE &&&&&&&&&&&&0200.482000200.482 1998-12-31 1999-01-01
סלאוועניעסלאוועניע סלאווענישער טאלער SIT &&&&&&&&&&&&0239.640000239.64 2006-07-11 2007-01-01
סלאוואקייסלאוואקיי סלאוואקישער קארונא SKK &&&&&&&&&&&&&030.12600030.126 2008-07-08 2009-01-01
סאן מארינאסאן מארינא סאנמארינישער לירא SML 0אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן ","..אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן ",".1,936.27 1998-12-31 1999-01-01
וואטיקאן שטאט[[טעקע:מוסטער:פאן/וואטיקאן שטאט|קישור=וואטיקאן שטאט|גבול|22x16pxpx|וואטיקאן שטאט]] וואטיקאן לירא VAL 0אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן ","..אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן ",".1,936.27 1998-12-31 1999-01-01

דער אייראפעאישער צענטראלבאנק איז באשטימט געווארן זיכער צו מאכן אז די אייראפעאישע בענק וועלן איבערטוישן צו דער איירא לויט די פארשריפטן פון דעם אייראפעאישן פאראיין. דער צענטראלבאנק האט באשטימט דעם איבערטויש קורס פאר יעדן לאנד וועלכע איז באשטימט געווארן אין יאנואר 1999. כדי אלץ זאל זיין הונדערט פראצענט ריכטיג האט דער צענטראלבאנק נאכגעפאלגט די ווערט פון יעדן לאנד'ס געלט פאר עטליכע יאר לויט אירע סטאטיסטיק אינעם אייראפעאישן קורס מעכאניזם וועלכע האלט חשבון פון אלע לענדער קעגן דעם אמעריקאנישן דאלאר. די ווערט פון דער איירא לויט יעדן לאנד ווען עס האט איבערגעטוישט ווערט געוויזן אין דער טאבעלע לינקס.

ווי דערמאנט איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון די מיטגלידער לענדער אום ערשטן יאנואר 1999 אבער וויבאלד אלע לענדער האבן נאך געהאט זייערע געלטער אין דער צירקולאציע האט מען געברויכט געבן עטליכע יאר צייט ביז מען האט געקענט איבערטוישן אלע מזומנים צו דער איירא. אויף דערווייל האט מען גענוצט די איירא פאר עלעקטראנישע טראנזאקציעס, קרעדיט, און מען האט אפילו געשריבן טשעקס אין איירא. רוב בענק האבן געשיקט זייערע סטעיטמענטס אין ביידע וואלוטע'ס אז די מאסן זאל נישט ווערן צעמישט מיט די איבערטויש.

דער אפיציעלער טאג ווען די איירא האט איבערגענומען אלע באנקנאטעס און מטבעות איז געווען דעם ערשטן יאנואר 2002 אבער יעדע לאנד האט זיך געהאט זייער אייגענעם באשטימטן טאג ווען דאס אלטע געלט איז ארויס פון באנוץ. די ערשטע איז געווען דייטשלאנד וועלכע איז אריבער צו דעם איירא דעם לעצטן טאג אין דעצעמבער און רוב אנדערע לענדער זענען ערשט אריבער דעם לעצטן טאג אין פעברואר. אין די ערשטע טעג האבן אלע געשעפטן געגעבן רעשט אין איירא אפילו ווען מען האט זיי געצאלט מיט דאס לאנד'ס וואלוטע און אלע אויטאמאטישע באנק מאשינען האבן נאר ארויסגעגעבן איירא. אין יעדע לאנד ווען די באשטימטע טאג איז אנגעקומען איז איר וואלוטע געווארן אויס לאגאלע וואלוטע און האט נאר געקענט געטוישט ווערן אין באנק. דער לעצטער טאג וואס א מענטש וועט קענען טוישן זיין געלט פאר די איירא איז באשטימט געווארן ערגעץ אין 012'.

די מעלות און חסרונות פון דער איירא

דער געדאנק פון דער איירא איז געווען צו ברענגען פאליטישע סאלידאריטעט צווישן די אייראפעאישע לענדער, וועלכע גייט נאך צוריק פון נאך דער צווייטע וועלט־מלחמה. די מעלות זענען אבער מער פון דעם; אט זענען עטליכע פון זיי:

  1. אייראפע באשטייט פון אסאך לענדער וועלע זענען זייער נאנט איינע צו די אנדערע און מען האנדלט דארט צווישן איין לאנד אין די צווייטע מער ווי צווישן אנדערע שכינות'דיגע לענדער ארום דער וועלט. די איירא פארמיידט די פראבלעמען פון טוישן דאס געלט שטענדיג און די מעגליכקייטן צו פארלירן געלט אין פאל ווען דער דאלאר פאלט.
  2. די איינוואוינער אין די לענדער זענען זיך מחיה מיט די פאראייניגטע וואלוטע ווען זיי פארשטייען גוט די פרייזן צו וועלכע זיי האבן אמאל געברויכט נוצן די הענט און פיס אויסצורעכנען די חילוקים צוישן איין און די אנדערע וואלוטע. די קאנקורענט איז גרעסער און דער קאנסומער באקומט היינט בעסערע פרייזן.
  3. מיט'ן אדאפטירן איין וואלוטע האט מען זיך אויך אנגעהויבן שפארן געלט פון טוישן געלט. אייראפעאישע פארן אסאך ארום איבער אייראפע און יעדעס פלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען האט מען געברויכט טוישן געלט וועלכע קאסט געלט.
  4. די פאראייניגטע וואלוטע האט געברענגט מער ביזנעס אריבער די גרעניצן וואס מאכט די קאנקורענט שטערקער און ביליגער פאר די מענטשן צו קויפן. מער ביזנעסער זענען פשוט גרייט צו טאן ביזנעס אריבער א גרעניץ זינט מען דארף מער נישט אויפשטעלן א באזונדערע אקאונטינג.
  5. מער מענטשן האבן געטראפן דזשאבס ווען זיי האבן גערן געקענט באשטיין צו ארבעטן אריבער די גרעניץ זינט אלע געלט איז איין זאך.
  6. אלע סארט בילס און סערוויסעס זענען געווארן גרינגער צו פארשטיין זינט אלעס איז איין וואלוטע.
  7. די אינפלאנציע איז זייער סטאביל ווען אלע לענדער האלטן דאס אינאיינעם.
  8. מען געניסט פון בעסערע אינטערעסט ראטעס זינט עס איז קאנטראלירט דורך איין צענטראלבאנק. אויך איז אינטערעסט ראטעס נידעריגער געווארן מיט געוויסע פראצענט ווייל בעפאר פלעגן אלע פירמעס רעכענען עפעס געלט אין פאל די וואלוטע פאלט און זיי פארלירן געלט.
  9. א דאנק די איירא מוזן די מיטגלידער לענדער זיך האלטן צו די פארלאנגען פון דעם אייראפעאישן פאראיין וואס מיינט אז אלע לענדער שטרענגן זיך אן צו דעגרייכן א געוויסע עקאנאמישע פונקט כדי צו קענען בלייבן א מיטגלידער אין דער איירא.

יעדע זאך האט דאך אבער אויך חסרונות און די איירא איז נישט אויסגעשלאסן. אט זענען די עטליכע הויפט:

  • די איבערטויש אליינס האט אפגעקאסט א געוואלד געלט. מען האט געברויכט דרוקן נייע באנקנאטן, טוישן די אקאונטינג סיסטעם, נייע קאמפיוטער סאפטוועיר, אלע סארט פרינט מאטריאל פון געלט איז מער נישט ווערט געווען, טאוולן, ווענדינג מאשינען, פארקינג מיטערס, פובליק טעלעפאנס, און יעדע אנדערע מאשין וועלכע אקצעפטירט געלט. אויך האט געקאסט צו טרענירן אלע באנק ארבייטער און סתם מענטשן. יעדע באנק האט געברויכט מסביר זיין די נייע וואלוטע און געבן אלע דעטאלן וויאזוי צו מאכן דעם טויש. אבער די אלע זאכן זענען געווען ווערט פאר די מעלות וועלכע האט נאכגעפאלגט און איז געווען ווי יעדע גוטע זאך וואס קומט מיט א פרייז.
  • דעם צענטראלבאנק'ס קאנטראל אויף די אינטערעסט ראטעס האט אויך א חסרון ווייל אויב עס גייט נישט גוט פאר איין לאנד קען נישט די לאנד אליינס אראפלאזן די אינטערעסט ראטעס צו ברענגען פרישע אינוועסטמענטס.
  • דאס זעלבע איז מיט די ווערט פון די וואלוטע. רוב לענדער אין די וועלט האבן אויך א שטיקל אייגענע קאנטראל אויף די וואלוטע און זיי וועלן דאס אראפנידערן צו ברענגען מער ביזנעס אויב עס גייט נישט גוט. די מעגליכקייט איז עלימינירט געווארן זינט די איירא איז אריין אין קראפט.
  • אן ענליכע פראבלעם איז מיט רעגירונג פאליסיס. א רעגירונג איז אמאל גרייט צו ברענגען אויף זיך א דעפיציט דורך פארברייטערן פראגראמען וועלכע וועט צוריקברענגען ביזנעס וועלכע וועט עווענטועל אויסצאלן און איבערשטייגן די חובות. זינט די איירא איז אין קראפט קען קיין איין לאנד נישט טאן אזא זאך ווייל מיט א דעפיציט קען מען נישט זיין אין דער איירא.
  • צום לעצט איז פאראן א גרויסע איינשטעל אז איין לאנד וועט קענען חרוב מאכן די עקאנאמיע פון אלע אנדערע לענדער זינט אלעס איז איין סיסטעם. איין לעכל אין א גרויסע שיף קען איינזינקען די גאנצע שיף און אלץ ווערט מיטגעשלעפט.

אבער אויף דערווייל האט זיך די איירא ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס און עס זענען נאך נישט אנטשטאנען קיין פראבלעמען. מען ערווארט אז מערערע אייראפעאישע לענדער וועלן עווענטועל אריינקומען אין דער איירא צי ווייל זיי וועלן בעסער ווערן עקאנאמיש און וועלן נאכקומען די פארלאנגען אדער ווען אזעלכע לענדער ווי בריטן וועט איינזען אז עס לוינט זיך דאס געשעפט און וועלן איבערטוישן.

דרויסנדיגע לינקס

  1. "Fixed Euro conversion rates". אייראפעאישע צענטראלע באנק. Retrieved ‏6טן אויגוסט 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!