מערץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► מערץ ◄◄

מערץ איז דער דריטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער צווייטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער קומענדיגער נאוועמבער, וואס אין געווענליכע (נישט עיבור) יארן איז עס אויך דער טאג אין וואך ווען דער פאריגער פעברואר האט זיך אנגעהויבן.

דורכאויס דעם מאנאט, געווענליך צווישן 20 און 21 מערץ, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער פרילינג ווענדפונקט (עב'), וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת ניסן. אין דער דרום האלבקיילעך איז דאן דער הערבסט ווענדפונקט, זייענדיג גלייך צו סעפטעמבער אין דער צפון האלבקיילעך. דער מעטעאראלאגישער פרילינג אין צפון ווערט טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט, און אזוי דער מעטעאראלאגישער הערבסט אין דרום[1].

אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל דגים צו מזל טלה[א].

היסטאריע

די רוימער האבן גערופן דעם מאנאט Martius נאך מארס, דער רוימישער מלחמה אפגאט. דער סעזאן פון מלחמה האט זיך אנגעהויבן מיטן פרילינג, ווען די שניי איז צעגאנגען און די פעלדער זענען פריי פאר שלאכטן[3].

מארטיוס איז געווען דער ערשטער מאנאט אין דער עלטסטער רוימישער קאלענדאר, וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר[4]. עס איז שפעטער געווארן דער דריטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס, אבער אין א געוויסן זין איז עס נאך באטראכט געווארן אלס אנהייב פון יאר א לאנגע צייט שפעטער[5].

מערץ 1 האט אנגעהויבן דעם ציווילן יאר אין רוסלאנד ביז צו די ענדע פון 15'טער יארהונדערט. אין די בריטישע אימפעריע און אירע קאלאניעס האט זיך דער ציווילער יאר אנגעהויבן אין מערץ 25 ביז צום יאר 1752, ווען די אימפעריע איז אריבער צום גרעגאריאנישער קאלענדאר[ב].

רוב לענדער אין דער צפון האלבקיילעך רוקן זיך אריבער צום זומער זייגער דורכאויס דעם מאנאט פון מערץ.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[2].
  2. דער פינאנציעלער יאר אין די פאראייניגטע קעניגרייך הייבט זיך ווייטער אן אין אפריל 6, וואס איז געפאלן דעם זעלבן טאג ווי מערץ 25 אין אלטן יוליאנישן קאלענדאר.

רעפערענצן

  1. Office, Met. "Met Office: Changing seasons". webarchive.nationalarchives.gov.uk. Archived from the original on 2009-02-25.
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  3. Mary Beard, John North, and Simon Price, Religions of Rome (Cambridge University Press, 1998), pp. 47–48 and 53
  4. H.H. Scullard, Festivals and Ceremonies of the Roman Republic (Cornell University Press, 1981), p. 84
  5. Aïcha Ben Abed, Tunisian Mosaics: Treasures from Roman Africa (Getty Publications, 2006), p. 113