יאנואר
| |||
יאנואר איז דער ערשטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן, און דער ערשטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער פאריגער מאי; אין געווענליכע (נישט עיבור) יארן איז עס אויך דער טאג אין וואך ווען דער קומענדיגער אקטאבער וועט זיך אנהייבן, און אין עיבור יארן איז עס דער טאג אין וואך ווען די קומענדיגע אפריל און יולי וועלן זיך אנהייבן.
אין דורכשניט, איז עס דער קילסטער מאנאט אין רוב פון דער צפון האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון ווינטער, און דער ווארעמסטער מאנאט אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון זומער און איז גלייך צו יולי אין דער צפון האלבקיילעך.
אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל גדי, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל דלי[א].
היסטאריע
די רוימער האבן גערופן דעם מאנאט Ianuarius נאך יאנוס, דער רוימישער אפגאט פון עפענונגען, טויערן און דורכגענג[2].
יאנואר האט אינגאנצן נישט עקזיסטירט אין דער עלטסטער רוימישער קאלענדאר, וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר פאר א סך הכל פון 304 טעג. נאך דעצעמבער איז געווען א צייט-אפשניט פון ארום צוויי מאנאטן וועלכע האט נישט געהערט צו קיין שום יאר, אויספאלנדיג אינמיטן ווינטער ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס קענען נישט ווערן אויסגעפירט. דער צווייטער קעניג פון רוים, נומא פאפיליוס, האט אנגעבליך באשטימט די טעג פאר די מאנאטן יאנואר און פעברואריוס, וועלכע זענען געשטעלט געווארן (דורך אים אדער הונדערטער יארן שפעטער[3]) אנצוהייבן דעם יאר. עס האט דאן פארמאגט 29 טעג, ביז ווען דער יוליאנישער קאלענדאר האט עס געטוישט צו איין און דרייסיג.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ "Why does the year start on January 1". Britannica. Archived from the original on 6 September 2019. Retrieved 6 September 2019.
- ↑ Forsythe, Gary (2012). Time in Roman Religion: One Thousand Years of Religious History. Routledge. p. 14. ISBN 978-0-415-52217-5.
ציווילע מאנאטן | |
---|---|
|