אויגוסט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► אויגוסט ◄◄


אויגוסט איז דער אכטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער פינפטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג.

אויגוסט איז א מאנאט פון זומער אין דער צפון האלבקיילעך, און פון ווינטער אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז גלייך צו פעברואר אין דער צפון האלבקיילעך. אין עיבור יארן, הייבט זיך עס אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי פעברואר.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל אריה, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל בתולה[א].

היסטאריע

די Perseid מעטעארן זענען בעיקר קענטבאר אין אויגוסט

די רוימער האבן אריגינעל גערופן דעם מאנאט Sextilis, "זעקסטער" אין לאטייניש, וויבאלד עס איז געווען דער זעקסטער מאנאט אין א קאלענדאר וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. עס איז שפעטער געווארן דער אכטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס, וועלכער האט אויך באשטימט דעם צאל פון טעג אין דעם מאנאט אויף 29. יוליוס קייסער האט צוגעלייגט צוויי טעג ווען ער האט געשאפן דעם יוליאנישן קאלענדאר. ארום פערציג יאר שפעטער איז געטוישט געווארן דער נאמען פון דעם מאנאט נאך דער רוימישער עמפעראר אויגוסטוס[2]. ער האט אויסגעוועלט דעם מאנאט, וויבאלד דערין זענען פארגעקומען טייל פון זיינע גרעסטע טריאומפן, אריינגערעכנט זיין זיג איבער עגיפטן[3][ב].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].
  2. לויט א פארשפרייטע לעגענדע, פארמאגט אויגוסט 31 טעג וויבאלד אויגוסטוס האט געוואלט עס זאל נישט זיין ווייניגער ווי דער מאנאט וואס הייסט נאך יוליוס קייסער, יולי. דאס איז אבער נישט ריכטיג, ווייל אויגוסט האט שוין פארמאגט 31 טעג בעפאר אויגוסטוס, און דער מאנאט איז נישט אויסגעוועלט געווארן צוליב איר לענג[4].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  2. "Keeping Time: Months and the Modern Calendar | Live Science". Live Science. May 16, 2014.
  3. "Year of Julius Caesar, A Dictionary of Greek and Roman Antiquities (1890), William Smith, LLD, William Wayte, G. E. Marindin, Ed".
  4. Nothaft, C. Philipp E. (2018). Scandalous Error: Calendar Reform and Calendrical Astronomy in Medieval Europe. Oxford University Press. p. 122. doi:10.1093/oso/9780198799559.001.0001. ISBN 9780198799559.