רוי:גרוזיע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
גרוזיע
საქართველო
סאַקאַרטוועלאָ
פאן גרוזיע
סימבאָל גרוזיע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
თავისუფლება
טאוויסופלעבא
אָרט פון גרוזיע
קאָנטינענט אזיע, אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך גרוזיניש
הויפּטשטאָט טביליסי
41°43′N 44°47′E / 41.717°N 44.783°E / 41.717; 44.783 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
סאלאמע סוראבישווילי
מאמוקא באחטאדזע
גרינדונג דאַטום
9טן אפריל 1991 פון סאוועטן פארבאנד
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
69,700 קוואַדראַט ק"מ
118
0
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

4,693,892
113
67 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $21.424 ביליאן (109ט)
וואַלוטע לאַרי
צייט זאָנע UTC+3
אינטערנעט דאָמען ge.
טעלעפאָן קאָד 995+

גרוזיע (גרוזיניש: საქართველო, סאַקאַרטוועלאָ) איז אַ לאַנד אין מערב־אַזיע, אין דעם קאווקאז אויפן מזרח ברעג פונעם שווארצן ים. זיין הויפּטשטאָט איז טביליסי. ס'וואוינן דאָ 4.6 מיליאָן מענטשן. גרוזיע האָט גרעניצן מיט אַזערביידזשאַן, רוסלאַנד, און ארמעניע. אָט וואוינען בערך 10,000 יידן, סיי אשכנזים, סיי גרוזיאַנער, וואָס האָבן אין גרוזיע באזעצט מיט 2,000 יאָר צוריק.

געאגראפיע

מאפע

גרוזיע שפאנט אן צוויי קאנטינענטן, וויבאלד דער מערב טייל פון לאנד געפינט זיך אין אייראפע און דער מזרח טייל אין אזיע. איר שטח איז בערך 70,000 קוואדראט ק"מ. איר צפון גרעניץ איז לאנג 723 ק"מ מיט רוסלאנד. אין דרום מזרח האט זי א גרעניץ לאנג 322 ק"מ מיט אזערביידזשאן, און א גרעניץ 164 ק"מ מיט ארמעניע. דער דרום גרעניץ איז לאנג 252 ק"מ מיט טערקיי. דער מערב גרעניץ איז דער שווארצער ים.


די גרויסע קאווקאז בערג אין צפון זענען באהאפטן דורך דער ליכי קייט צו די קליינע קאווקאז בערג אין דרום. די ליכי קייט צעטיילט גרוזיע אויף מזרח גרוזיע און מערב גרוזיע, וואס זענען באהאפטן דורך א באן טונעל.

דער העכסטער בארג אין גרוזיע איז בארג שכארע ביי 5,201 מעטער איבערן ים פלאך.

קולטור

די באפעלקערונגפון גרוזיע איז אומגעפער 4.5 מיליאן. פון זיי וואוינען בערך 1.3 מיליאן אין טביליסי. מענטשן פון גרוזיע הייסן גרוזינער. רוב פון זיי רעדן גרוזיניש אלס מוטערשפראך, אבער טייל מענטשן רעדן אויך ארמעניש, רוסיש אדער אנדערע שפראכן.

די מערהייט פון גרוזינער זענען קריסטן, אבער ס'איז דא אויך אידן און מוסלמענער.

די וואלוטע פון גרוזיע איז די לאַרי.

היסטאריע

די גרוזינער זענען אן אוראלט פאלק. זייער הויפטשטאט טביליסי איז געגרינדעט בערך אין יאר 400 (ד'ר"ם), נאך דער ענדע פון דער רוימישער אימפעריע. ביז דעמאלט איז מערב גרוזיע געווען א טייל פון דער רוימישער אימפעריע.

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!