רוי:מונקאטש (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הויפטקווארטיק פון מונקאטשער חסידות אויפן 14טן עוועניו, בארא פארק

מונקאטש איז א חסידישער הויף געגרינדעט אין דער שטאט מונקאטש (פריער אין אונגארן און היינט אין אוקראינע) אין די אנהייב ת"ר יארן דורך הרב רבי שלמה שפירא, אן אייניקל פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו (דער "בני יששכר"). היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין בארא פארק, ברוקלין, געפירט דורכן אדמו"ר משה יהודה לייב ראבינאוויטש.


מונקאטשער רביס

  • רבי שלמה שפירא - באשטימט מונקאטשער רב אין תרמ"ב, ער איז געווען אן זון פון רבי אלעזר שפירא, און א אייניקל פון רבי צבי אלימלך שפירא וואס האט געדינט פופציג יאר פריער ווי שטאטס רב. רבי שלמה שפירא איז געווען רב און אדמו"ר אין מונקאטש ביז זיין פטירה אין תרנ"ג.
    • רבי צבי הירש שפירא - זון פון רבי שלמה שפירא, איז געווארן אב"ד ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט, און איז געווען זיין ממלא מקום אלס רבי נאך זיין פטירה. ער האט געגרינדעם דעם מונקאטשער כולל אין ירושלים. ער איז געווען א שארפער קעגנער צו ציוניזם און השכלה. רבי צבי הירש איז נפטר געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות תרע"ד.

ווידעראויפבלו פון מונקאטשער הויף

נאך די גרויזאמע מלחמה, איז מונקאטשער חסידות איבערגעפלאנצט געווארן אויף די אמעריקאנער באדן דורכ'ן אייניקל פונ'ם מנחת אלעזר, רבי משה לייב ראבינאוויטש שליט"א וואס האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה לשם ולתפארת איבער די גארער וועלט. די צענטער פון מונקאַטש'ער חסידות געפינט זיך היינט צוטאגס אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך צענטערן פון מונקאטשער חסידים אין וויליאמסבורג, מאנסי, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, מאנטריאל, לאנדאן, מעלבארן, ירושלים און בני ברק.

זיין ברודער יצחק יעקב ראבינאוויטש, דער דינאווער רבי, האט אויפגעשטעלט א בית המדרש אין דעם וויליאמסבורג געגנט אין ברוקלין.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!