רוי:רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש (דינוב)
רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש (געבוירן ט"ו ניסן תש"ב) איז דער דער דינובער רב אין אמעריקע, קווארטירט אין וויליאמסבורג.
געבורט |
ט"ו ניסן תש"ב מונקאטש |
---|---|
טעטיגקייט אָרט | וויליאמסבורג, ברוקלין |
דינאסטיע | דינאוו |
קינדער |
מרת לייפער חיים אלעזר ראבינאוויטש שלמה ראבינאוויטש צבי הירש ראבינאוויטש בןציון ראבינאוויטש מרת טייטלבוים זלמן יוסף ראבינאוויטש |
|
ביאגראפיע
רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בודאפעסט[1] דעם ערשטן טאג פסח תש"ב צו זיין פאטער רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש, מונקאטשער רב און צו זיין מוטער רביצין חיה פרימא רבקה טאכטער פון רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל, דער מנחת אלעזר פון מונקאטש. דער ברית איז פארגעקומען אחרון של פסח תש"ב. דער רב הייסט "יצחק יעקב" נאך זיין עלטער זיידע רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש דער ביאלער רבי.
זיין יוגנט
אין ט' אדר תש"ד האט זיין פאטער מיט די משפחה פארלאזט אייראפע אין געפארן קיין ארץ ישראל, שפעטער אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן קיין סאו פאולא בראזיל. אלס קינד האט ער געלערנט מיט זיין טאטע וואס איז דאן געווען רב פון סאו פאולא און הויפט־רב פון בראזיל. נאך זיין בר מצוה האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען אין דער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אהייא, ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק.
ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי ציפורה יהודית, א טאכטער פון רבי בנציון פרענקל, וויעליפאליער רבי.
רבנות
גלייך נאך זיין חתונה האט ער געעפנט זיין בית המדרש אין וויליאמסבורג, מיטן נאמען דרכי תשובה מונקאטש. עווענטועל האט ער אריבערגעפירט דעם בית המדרש קיין פלעטבוש אין דעם קענזינגטאן געגנט. שפעטער האט ער געטוישט נאמען פון די קהילה צו דרכי תשובה דינוב.
אין תשס"ח האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג, וואו ער האט געעפנט א גרויסער ביהמ"ד אין ניי וויליאמסבורג. דער רב האט אויך א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג, וואס ווערט געפירט דורך זיין זון דער דיין און ראש ישיבה רבי חיים אלעזר.
אויפן וועג פון זיין זיידן און זיין טאטן איז אויך דער רבי ממשיך אלץ מוהל, און צומאל סנדק און מוהל צוזאמען.
זיינע ספרים
אין תשס"ח איז ארויס געקומען פון זיינע תורות א ספר שמן למאור עה"ת ומועדים. ווי אויך קומט ארויס יעדע וואך א גליון פון זיינע תורות.
משפחה
די קינדער פון רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש זענען:
- די רביצין פון רבי בערל לייפער, אב"ד נאדווארנע אין לייקוואד
- רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש, דומ"ץ און דינאווער ראש ישיבה, אן איידעם פונעם סטריזשעווער רבי פון בארא פארק.
- רבי שלמה ראבינאוויטש. אב"ד דינאוו בארא פארק
- רבי צבי הירש ראבינאוויטש אב"ד באבוב מאנסי און ראש ישיבה פון דברי חיים, איידעם פון רבי יהושע רובין, רב פון באבוב-45.
- רבי בנציון ראבינאוויטש
- די ווייב פון רבי ישראל יעקב טייטלבוים
- רבי זלמן יוסף ראבינאוויטש
רעפערענצן
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 60
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!