רוי:בית מדרש גבוה

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:בית המדרש עליון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:BmgOldBm.jpg
דער אלטער בית מדרש קוקנדיג פון דער זיבעטער גאס צו דרום-מערב.

בית מדרש גבוה איז א בארימטע ישיבה אין לייקוואד, ניו דזשערסי, געגרינדער אין ה'תש"ג דורך הרב רבי אהרן קאטלער.

די ישיבה איז די גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, און אפשר אפילו אין דער וועלט. די ישיבה שטעלט צו א דארמעטארי מיט עסן, און אלץ מיט אן אויסערגעווענליכן סדר. די אדמיניסטראציע האט א פונקטליכן (ביז 98% פונקטליך) חשבון אויף יעדן בחור וואו ער שלאפט, און אויף וועלכן פון איבער 4000 זיצן אין איבער 8 בתי מדרשים ער זיצט.

דער קאמפוס איז כולל פיר געביידעס מיט אכט בתי מדרשים און פיל וואוינזאלן.

איר גרינדער

די גרינדער פון דער ישיבה איז געווען רבי אהרן קאטלער. ער האט דאס געגרינדעט אין יאר תש"ד.

זינט איר גרינדונג זענען געווען עטליכע ראשי ישיבות.

  1. איר גרינדער ר' אהרן זצ"ל.
  2. זיין זון רבי שניאור קאטלער זצ"ל.

די פיר ראש ישיבות פון היינט זענען:

  1. רבי מלכיאל קאטלער שליט"א. ער איז א זון פון ר' שניאור זצ"ל.
  2. רבי דוד שוסטאל שליט"א. ער איז אן איידעם פון ר' שניאור זצ"ל.
  3. רבי ירוחם אלשין שליט"א. ער איז אן איידעם פון הרב שווארצקאפ וואס איז געווען אן איידעם פון ר' אהרן זצ"ל.
  4. רבי ישראל ניומאן שליט"א. ער איז אויך אן איידעם פון הרב שווארצקאפ.

די פיר ראשי ישיבה טיילן זיך איין אין די פאלגענדע וועגן

  1. די סעודה שבת פרייטאג צונאכטס ווערט געפירט יעדע וואך דורך אן אנדער ראש ישיבה, אזוי אז יעדע פערטע וואך איז עס דער זעלבער ראש ישיבה.
  2. אין יעדן בית המדרש זיצט אן אנדער ראש ישיבה, אזוי אז עס זיצט קיינמאל נישט דער זעלבער ראש ישיבה אין דעם זעלבן בית המדרש, דאס איז איינגעטיילט יעדן זמן אן אנדער ראש ישיבה אין אן אנדער בית המדרש.
  3. יעדע וואך זאגט אן אנדער ראש ישיבה א שיעור אויף לימוד הישיבה אין אן אנדער בית המדרש.

פארוואלטונג, השגחה, און רעגיסטראציע

די ישיבה ווערט געפירט דורך ר' שרגא קאטלער און בעיקר דורך אהרן קאטלער, ביידע ברידער פון ר' מלכיאל.

  • ר' יוסף בורסטין איז דער וואס פירט די ביורא פון דער ישיבה, סיי לעגאל און סיי למעשה.
  • ר' יעקב פאלאק איז דער וואס איז געשטעלט אויף אנצונעמען נייע בחורים אין ישיבה, ער איז דער וואס קוקט איבער די אפליקאציע. ער איז אויך א משגיח.
  • אבי פאלאק איז געשטעלט אויף די טעגליכע ציגעהערן פון אלע געביידעס פון די ישיבה, ווי די ריינקייט, אויפהאלטן, פאררעכטן און נאך, ער האט אונטער זיך א שטאב פון צענדליגע פוילישע גוים, אזוי אז מען זאגט אז אבי איז דער ראש ישיבה פון די פאלאקן.

השגחה

עס איז נישט דא קיין ספעציעלע השגחה אויף די בחורים אין ישיבה, אבער אזוי ווי אין אלע ליטווישע ישיבות איז דא איינער א געלונגענע בעל מוסר מיט געוואלדיגע טעלאנט וואס ער איז דער משגיח, זיין עיקר אויפגאבע איז צו געבן ווארימע דרשות, ערלעדיגן פראבלעמען ווי שלום בית, און העלפן די בחורים און אינגעלייט שטייגען אין תורה. אויך איז דא דריי קלענערע משגיחים וואס זיי טוען די ארבעט פון האלטן א אויג אויף די בחורים.

דער משגיח

דער משגיח ביז יאר תשנ"ח איז געווען רבי נתן וואכטפויגל זצ"ל. היינט איז דער משגיח רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, וואס איז באוואוסט מיט זיינע פייערדיגע דרשות.

קלענערע משגיחים

עס זענען אויך דא דריי אונטער־משגיחים

  1. ר' יעקב פאללאק
  2. ר' יהודה זשייקאבס
  3. ר' אליעזר סטעפאנסקי

ווערן אנגענומען אין בית מדרש גבוה

כדי צו ווערן אנגענומען אין בית מדרש גבוה, דארף מען אויספילן אן אפליקאציע וואס קאסט $100 די אפליקאציע קען מען אריינשיקן ביז ז' אלול פאר דעם ווינטער זמן, און ז' אדר פאר דעם זומער זמן (אלול זמן נעמט מען נישט אן קיין נייע בחורים). דערנאך ווערט די אפליקאציע אדורך געקוקט דורך ר' יעקב פאללאק און ער גיבט דעם ערשטן יא אויף צו גיין צו פארהער.

די פארהער

עס זענען דא א פאר טיילן צו די פארהער

  • ר' יעקב פאללאק מיט איינע פון די אנדערע צוויי קליינע משגיחים זיצן אין אפיס און רעדן מיטן אפליקאנט סתם צו זען וואס פארא בחור מען האט צו טאן מיט.
  • איינע פון די פארהערערס פארהרען דעם אפליקאנט, געווענליך וואס מען האט געלערנט די לעצטע זמן. די פארהערערס זענען

ר' ישראל טעפלין

    • עס זענען מעגליך דא נאך איך ווייס נאר נישט ווער
  • איינע פון די ראשי ישיבה רעדן מיט דעם אפליקאנט אין לערנען, געווענליך גרייט מען זיך אן א שיין שטיקל תורה פאר דעם חלק.
  • דערנאך קומט עס צוריק צו ר' יעקב פאללאק אויף די ענד באשלוס.

די רעגיסטראציע

דערנאך דארף מען א דורך גיין די רעגיסטראציע פרעצעדור, וואס דאס מיינט איז אויסארבייטן א פרייז פאר שכר לימוד, אונטער שרייבן די תקנות, און נאך אזעלכע מינדערוויכטיגע פאפיר ארבייט.

באקומען א בעט

נאכדעם וואס מען איז שוין אלעס אריבער פאנגט זיך אן דאס מסדר זיין דאס עצם זיין אין ישיבה, ווען מען קומט אן איז גלייך די ערשטע טאג טומעל טאג, דאן איז מען זיך מסדר א חברותא, אויך זיצן אין די אפיס 2 אינגעלייט וואס זענען געשטעלט אויף מסדר צי זיין די בעטן אין די שלאף צימערן. זיי האבן א 100% פונקטליכע ליסטע פון ווער עס שלאפט אין וועלכע צימער און וויפול בעטן עס איז דא אין צימער. די ליסטע ווערט איבערגעארבייט יעדע ענדע זמן, די איינגעשטעלטע גייען ארום צו אלע צימערן מיט א ליסטע פון אנפאנג זמן, און א ליסטע פון אלע חתנים, זיי פרעגן אדער ווערן זיי געוואיר יעדען חתן ווען ער האט חתונה, און דורך דעם ענטפער ווייסען זיי אויב זיין בעט איז פארנומען דעם קומענדיגען זמן אדער נישט. אויך מאכן זיי זיכער אויב איינער האט געטוישט צימערן אינמיטען זמן. אפיציעל ווען/אויב מען טוישט צימערן מוז מען לאזן וויסען אין אפיס.

לימודים, חבורות, און סדרים

עס זענען דא לימודים אין יעדע מקצוע באזונדער, אבער אלעס איז איינגעטיילט אלס אדער א טייל פון סדר הישיבה, אדער אלס טייל פון די חבורות.

  • סדר הישיבה איז די מסכתא וואס די רוחניותדיגע פארוואלטונג (הנהלה) פון דער ישיבה באשליסט אז מען לערנט דעם זמן.
  • די בתי מדרשים זענען איינגעטיילט אויף דעם צי מען לערנט דארט די סדר הישיבה אדער נישט. למשל אין בית אליהו לערנט מען נישט סדר הישיבה, אבער אין בית מדרש הישן לערנט מען יא סדר הישיבה.
  • אלע לימודים (סיי די סדר הישיבה און סיי נישט) זענען איינגעטיילט צווישן חבורות, אזוי אז יעדע 20-30 מענטשן (אויבוואויל זענען דא חבורות וואס זענען צומאל איבער 100 מענטשן) גיהערן צו א חבורה. דאס איז אויך דעם וועג ווי אזוי מען באקומט א זיץ אין א בית מדרש.

שיעורים

יעדע וואך זאגט אן אנדער ראש ישיבה א שיעור כללי אויף סדר הישיבה אין אן אנדער בית מדרש. אויך דארף יעדער ראש חבורה זען דערצו אז עס איז דא א שיעור (מען רופט דאס א "חבורה") כאטש איין מאל א וואך.

חבורה מיט זיצן

כדי צו באקומען א זיץ אין א בית מדרש דארף מען געהערן צו א חבורה.

  • די חבורה

א חבורה איז א צאל בחורים מיט/אדער אינגעלייט וואס נעמען זיך צוזאם אין א גרופע. זיי נעמען אויף א ראש חבורה וואס ער מאכט זיכער אז אלעס זאל קלאפן. אויך לערנען זיי אלע די זעלבע זאך אויף דעם זעלבן דרך הלימוד.

  • יעדע אנפאנג זמן הענגט א צעטל אין יעדן בית מדרש מיט די ראשי חבורות און די לימודים וואס זיי לערנען און וועלכע סדר לערנען זיי דאס.

דורך טומעלט טאג זוכט יעדער אויף אויפן צעטל אין וועלכע חבורה ער וויל זיין און שרייבט זיך איין מיט זיין חברותא ביים ראש חבורה. דער ראש חבורה גיבט דאס נאכדעם אריין פאר דער וואס איז איינגעשטעלט אויף דעם און זיי מאכן זיכער אז לויט וויפיל נעמען דער ראש חבורה האט געגעבן אזויפיל זיצן באקומט די חבורה.

  • דורך דער סיסטעם קומט אויס אז מען קען טרעפן כמעט אויף יעדע מקצוע/ענין/סוגיא אין ש"ס, הלכה, אדער פוסקים א חבורה.
  • ספעציעלע חבורות

עס זענען דא א ספעציעלע פלעצער וואס רופט זיך בודדים, וואס מיינט אז מען לערנעט דארט אן א חבורה.


טעקע:BmgMap.jpg
די מאפע פון די זיצן מיט די חבורות הענגט אין בית אליהו, איינס איז פאר סדר א' און די אנדערע פאר סדר ב'.

די זיצן

בערך דעם דריטן טאג אין אנהייב פון א נייעם זמן, הענגט א צעטל אין יעדן בית מדרש מיט א מאפע פון אלע זיצן אין בית מדרש מיט קאלירטע זיצן, יעדע קאליר פאר אן אנדער חבורה.

בערך די צווייטע וואך איז זמן (מיטן אויסנאם פון אלול זמן), לייגט מען ביי יעדן זיץ א קארטל וואס דער וואס זיצט דארט דארף אויספילן, איין קארטל פאר יעדן סדר. די קארטלעך האבן שוין אויף זיך פון פריער ארויפגעדרוקט די נומער פון דעם זיץ. מען דארף אויספילן

  1. דעם נאמען פון דער חברותא
  2. וואס מען לערנט
  3. וועלכן סדר
  4. סאציאל-פארזיכערונג נומער

בערך צוויי וואכן נאכדעם ווערט אויפגעהאנגען א ליסטע אין יעדן בית מדרש וואס גייט אין סדר פון אלף בית פון די נעמען וואס נאך דעם נאמען איז דא א 6 ציפער קאד וואס ווייזט וואו מען זיצט—די ערשטע צווי ציפערן ווייזן די געביידע, די צווייטע צוויי די רייע, און די לעצטע צוויי דעם זיץ.

סדרים

דער טאג אין ישיבה איז איינגעטיילט אין א פאר סדרים אלעס מיט א זייגער

צייט סדר
7:30 אינדערפרי שחרית
15 מינוט נאך שחרית הלכה
נאך שחרית ביז 9.30 פרישטאג
9.30 ביז 1.45 ערשטער סדר לערנען
1.45 מנחה
2.00 ביז 3.00 מיטאג עס זאל
3:45 ביז 7:15 צווייטער סדר לערנען
7.15 ביז 7:45 מוסר
9.00 ביז 10.00 נאכט סדר לערנען


געביידעס

די ישיבה פארמאגט פילע געביידעס אין לעיקוואד.

  • ליג'אן געביידע

דאס איז אן אלטע געביידע אויף 617 6טע גאס, דארט זענען אלע ביוראען פון דער ישיבה.

  • דער אלטער בית מדרש

דער אלטער בית מדרש וואו ר' אהרן זצ"ל האט נאך געלערנט איז אויף דער 7טער גאס, פון אונטן פון דער אינטערנאט געביידע. ביי די אלטע ישיבה לייט הייסט דאס דער חשובסטער בית מדרש. אין דעם בית מדרש לערנט מען סדר הישיבה. אויך איז דא אין דער דאזיגער געביידע:

  1. די אוצר הספרים וואס מען האלט אינמיטן איבערבויען
  2. די עזרת נשים; א גאנצע וואך ניצט מען דאס פאר א בית מדרש צו לערנען
  3. דער בולעטין־טאוול: די געלע צעטלעך מיינען השבת אבידה, די בלויע אז מען זוכט א נסיעה, און די רויזע אז מען האט אן אויטא און איז גרייט מיטצונעמען אנדערע.
  4. די ביוראען פאר די ראשי ישיבה.
טעקע:Bmgdr.jpg
די עס זאל געביידע אויף דער זעקסטער גאס קוקנדיג אויף צפון מערב.
  • עס זאל

די עס זאל איז אויף 6TH STREET צו מערב פון דעם אינטערנאט. דאס איז א הערליך נייע געביידע וואס מען האט געלייגט די גרונד שטיין אין יאר תשנ"ט און איז פארטיג געווארן אין יאר תשס"ב. עס האט אין זיך

  • א הערליכע עס זאל וואס א האלב ניצט מען פאר א בית מדרש ווי מען לערנט נישט סדר הישיבה. אלס חלק פון די עס זאל
    • סינקס וואס האבן נישט קיין הענטלעך וואס מען דרייט צו עפענען די וואסער, נאר מען שטופט אזא הענטל מיט טעפל ווייל ווען מען וואשט זיך פאר ברויט איז נישט אויסגעהאלטן אנצירורען די הענטלעך.
    • סינקס פאר הייס וואסער פאר קאווע און טיי.
  • א הערליכע מאדערנע קאך.
  • א עס זאל פאר די ראשי ישיבה, מיט א באזונדערע בית הכסא פאר זיי.
  • חבורה צימערן וואו ראשי חבורות קענען געבן א חבורה.

די געביידע איז באהאפטן צו די אלטע בית מדרש. סיי אויפן ערשטן שטאק און סיי אויפן צווייטן שטאק. די געביידע האט אויך אויפן ערשטן שטאק צוויי גרויסע בתי מדרשים, אין איינס לערנט מען סדר הישיבה און אין די צווייטע נישט.

  • מערב בית מדרש

דאס איז א בית מדרש אויף די מערב האלב פון ערשטן שטאק פון עס זאל געביידע.

  • מזרח בית מדרש

דאס איז א בית מדרש אויף די מזרח האלב פון די עס זאל געביידע.

טעקע:BmgBE.jpg
בית אליהו קוקענדיג פון די זיבעטע גאס צו צפון-מזרח.
  • בית אליהו

די געביידע איז געבויט פון קאראוואנען, אויף 7TH STREET א קעגען איבער די אלטע בית מדרש, דאס איז דער גרעסטער בית מדרש ווי מען לערנט נישט סדר הישיבה. עס האט אויך א קליין בית מדרש פון אונטען.

  • בית שלום

דאס איז א הערליך ניי איבער געבויט בנין וואס איז אויך באוואוסט אלס שמחה רום, דאס איז אויף 9TH STREET צווישען MADISON AVE און CLIFTON AVE. אין די בית מדרש לערנט מען נאר סדר הישיבה.

דאס איז די עלסטע דארמעטארי געביידע, עס איז אויך אויף 6TH STREET אביסעל צו מערב פון די ליג'יאן געביידע, עס האט 3 שטאק מיט בערך 15 צימערן צו א שטאק, מיט בערך 5 בעטן צו א צימער, די בית הכסא מיט וואש צימער זענען אינמיטן פון יעדע שטאק.

  • די ערווינגטן

דאס איז אמאל געווען א האטעל וואס האט געהייסן אזוי, אויף 9TH STREET צו מזרח פון בית שלום. היינט איז דאס היינט אן אינטערנאט, עס האט דריי שטאק מיט א קעלער, אויף יעדע שטאק איז דא בערך 25 צימערן, יעדע צימער האט בערך 4-5 בעטן, יעדע צימער אויף די 3 שטאק האט אויך א בית הכסא מיט א טוש. אין די קעלער איז דא נאך צימערן אבער די בית הכסא איז אינדרויסן, אויך האט די קעלער א וואש צימער צו וואשן וועש.

  • די משוגעים הויז

דאס האט אמאל גיהערט צו א משוגעים אנשטאלט דערפאר רופט מען דאס אזוי, דאס איז אויך א דארמעטארי געביידע אויף 8TH STREET און CLIFTON AVE.

זמנים

עס זענען דא 3 זמנים אין ישיבה:

  1. ווינטער זמן פון ראש חדש חשון ביז ז' ניסן
  2. זוממער זמן פון ראש חדש אייר ביז י' אב
  3. אלול זמן פון ראש חדש אלול ביז י"א תשרי

טומעלט טאג

טעקע:Bmgtd.jpg
טומעלט טאג אראפקוקנדיג פון דער דארמעטארי געביידע.

קיין איין באשרייבונג וועגן בית מדרש גבוה איז קיין באשרייבונג אויב עס האט נישט אין זיך טומעלט טאג. דאס קומט פאר דעם ערשטן טאג אין דעם זמן, די זיבעטע גאס ווערט פארוואנדעלט אין א מארק ווי מען האנדלט זיך איין א חברותא מיט/אדער א חבורה. עס טומעלט זיך אין גרויסן עס פון די אינטערעסאנטסטע זאכן צו זען פאר איינער וואס האט דאס נאך נישט געזען. יעדער וואס זוכט א חברותא קען באקומען איינס ביי טומעל טאג.

די "פריזער"

עס איז דא א תקנה אין ישיבה אז ווען א בחור ווערט אנגענומען טאר ער נישט טאן א שידוך ביז פיר מאנאטן אין זמן, צו זיין מער פונקטליך ביז ט"ו בשבט פאר די ווינטער זמן, און ר"ח תמוז פאר דעם זומער זמן. אין די פיר חדשים ווערט דאס אנגערופען אז מען איז נאך אין די פריזער ווייל מען איז פארפרוירן ווען עס קומט צו שידוכים. די אויסנאם איז אז ווען מען ווערט אנגענומען אין ישיבה גיט מען אריין דעם נאמען פון וועמען מען האנדלט שוין אינמיטן א שידוך, אין אזא פאל אויב ווערט מען א חתן צו א מיידל מיט דעם נאמען, הייסט דאס אז מען האט נישט עובר געווען אויף דער תקנה.

וועבלינק

דאס שטעטל לייקוואד באשרייבט די ישיבה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!