רוי:נמנע הנמנעות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נמנע הנמנעות איז א באגריף אין דער טעאלאגיע פון חב"ד[1], וואס מיינט אז גאט קען מאכן אפילו זאכן וואס האבן אן אינערליכע לאגישע סתירה, למשל מאכן אז צוויי מאל צוויי זאל זיין פינף.

דער געדאנק פון נמנע הנמנעות איז קאנטראווערסיאל אין דער אידישע מחשבה, און ס'איז אנטקעגן די שיטה פון רב סעדיה גאון[2], רמב"ם[3], רשב"א[4], און טייל אנדערע ראשונים[5].

טייל שפעטערע מקורות האבן אנגענומען אז דער רשב"א האט יא געהאלטן דער פרינציפ פון נמנע הנמנעות, און ער האט זיך געדינגען דערוועגן מיט רבי ידעיה הפניני.

דרויסנדיגע לינקס


רעפערענצן

  1. ווי אין ספר החקירה פון צמח צדק, לד ב
  2. האמונות והדעות, מאמר שני
  3. מורה נבוכים ג, טו.
  4. שו"ת ד, רלד.
  5. רלב"ג, יהושע ד, כב; ספר העיקרים, מאמר ראשון פרק כ"ב; עקידת יצחק, שער פ'; מפעלות אלקים פון רבי יצחק אברבנאל, מאמר ד'.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!