רוי:רלב"ג
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' לוי בן גרשון איז געווען א פילאזאף, מפורש, מאטעמאטיקער, א דאקטאר. ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר 1288, און איז נפטר געווארן אינם יאר 1344. ער איז דער מחבר פון: א פילאזאפיש ווערק "מלחמת ה'", א פּירוש אויף תנ"ך, "ספר היקש הישר" (אַן אפּהאנדלונג וועגן סילאָגיזימס), "ספר המספּר", (ספר מעשה חושב) וועגן אַלגעברא, ספרים וועגן אסטראנאמיע, אסטראלאגיע, "שערי צדק" וועגן די שלש עשרה מידות שהתורה נדרשת בהן, א פּירוש אויף ברכות, צוויי תשובות, איינע וועגן "כל נדרי", און נאך און נאך. כאטש ער איז געווען א גרויסער תלמוד'יסט, האט ער קיינמאל אנגענומען א כסא הרבנות; און ווי עס ווייזט אויס האט ער זיך ערנערט פון זיין מעדיצינישער פּראפעסיע, ווי עס האבן זיך געפירט אנדערע גדולים אין יענע צייטן.