א' סיון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
א' סיון איז דער ערשטער טאג פונעם ניינטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם דריטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- ראש חודש סיון
- דער פינף-און-פערציגסטער טאג אין ספירת העומר (לויט דער קביעות'דיגער לוח)
- אין ווארמס האט מען געפאסט צוליב די גזירות תתנ"ו (זעט ווייטער). וויבאלד דער טאג איז ראש חודש, וואס מען טאר נישט געהעריג פאסטן, האט מען געפאסט נאר ביז נאך מנחה
- "גורן" פון מעשר בהמה, לויט בן עזאי, רבי אלעזר בן שמוע און רבי שמעון בר יוחאי
געשעענישן
- א'תרנ"ו – די וואסערן פון מבול האבן אנגעהויבן צו אראפּנידערן (לויט רבי אליעזר)[1].
- א'תרנ"ז – לויט רבי יהושע, איז נח אין דעם טאג ארויס פון דער תיבה און געברענגט קרבנות.
- ב'תמ"ח – אידן זענען אנגעקומען צום בארג סיני, גרייטנדיג זיך צו מתן תורה.
- ב'תמ"ט – קורח און זיינע נאכפאלגער זענען פארשוואונדן געווארן אין דער טיפעניש פון דער ערד.
- ג'של"ז – אין א תוכחה צו פרעה, מלך פון מצרים, שילדערט יחזקאל דעם מפלה פון אשור אין די הענט פון נבוכדאנצר, מלך פון בבל, בערך צוואנציג יאר פריער. ניצנדיג הויך שילדערנדע טערמינען, גלייכט יחזקאל צו אשור צו א הויכע, מעכטיגע צעדערבוים וואס איז אפּגעהאקט געווארן[2].
- ד'תתנ"ו – די קרייצציגלער האבן אויסגעשאכטן די אידן אין ווירמייזא דורכאויס די גזירות תתנ"ו.
- ה'תקמ"ה – רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב ווערט אויפגענומען אלס רב אין בארדיטשוב[3].
- ה'תרפ"ד – רבי יצחק פרידמאן פון רימאנאוו-סאדיגורא קומט אן קיין ניו יארק.
- ה'תשכ"ז – זעקסטאגיגע מלחמה: אנהייב פון די שלאכטן אויף די גולן הייכן.
- ה'תשל"ז – דער ערשטער זיג פון ליכוד אין די כנסת וואלן, אונטער דער פירערשאפט פון מנחם בעגין.
געבוירן
- ה'תקצ"ו – ווילהעלם שטייניץ, אן עסטרייכיש-אידישער שאך שפילער, דער ערשטער וועלטס-מייסטער אין שאך
- ה'תר"ה – חיים יחיאל בורנשטיין, א געלערנטער, פארשער פון דעם לוח און איבערזעצער
יארצייטן
- ה'תרמ"ו – רבי יהודה צבי טויב, אדמו"ר ואב"ד העיר ראזלא און פערטער אין די קאלובער דינאסטיע.
- ה'תרע"ג – רבי יחזקאל בנט, רב ון סאין אין מאראמאראש, מחבר ספר "משיב טעם".
- ה'תרפ"ח – רבי אליעזר דוד גרינוואלד, רב אין צעהלים און סאטמאר, מחבר פון "קרן לדוד" (געבוירן ה'תרכ"ז).
- ה'תרפ"ח – רבי אברהם מנחם הלוי שטיינבערג, רב פון בראד, מחבר פון "מחזה אברהם" (געבוירן ה'תר"ז).
- ה'תש"ס – רבי אהרן יחיאל לייפער, נאדווארנער רבי פון צפת, דער "נועם אהרן".
- ה'תשע"ח – רבי שמחה בונים עהרנפלד, אב בית דין קהילת מאטערסדארף און ראש ישיבת 'חתן סופר' אין בארא פארק, חבר מועצת גדולי התורה אין אמעריקע.
- ה'תשפ"ב – רבי יוסף מאיר מאיער, ליזענסקער רבי פון מאנסי.