רוי:זעקסטאגיגע מלחמה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Soldiers Western Wall 1967.jpg
צה"ל באלד נאכן אייננעמען דעם הר הבית

די זעקסטאגיקע מלחמה (העברעיש: מלחמת ששת הימים) איז געווען דער קריג צווישן מדינת ישראל קעגן מצרים, ירדן, סיריע מיט הילף פון איראק. די מלחמה האט זיך אנגעהייבן כ"ז אייר ה'תשכ"ז (יוני 5, 1967) און זי האט זיך געצויגן 6 טעג. אין דער מלחמה האט מדינת ישראל געזיגט. מדינת ישראל האט איינגענומען ריזיקע שטחים וואס האט פארגרעסערט דעם שטח פון מדינת ישראל דריי מאל אזוי פיל ווי מדינת ישראל איז געווען פאר דער מלחמה. צווישן די שטחים וואס מדינת ישראל האט איינגענומען, איז אריינגערעכנט: סיני, עזה ראיאן, רמת הגולן, יהודה ושומרון (מערב'דיגן ברעג פון פאלעסטינע) און מזרח־ירושלים.

ביי דער מלחמה האט משה דיין געדינט ווי דער זיכערהייטס מיניסטער נאך וואס דער פרעמיער מיניסטער, לוי אשכול, האט אים געמוזט שענקען די שטעלע (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער אפאזיציע) צוליב דעם וואס יגאל אלון האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין דעם ראטן פארבאנד, שעף פון גענעראל שטאב, איז געווען יצחק רבין.

די אורזאכן צו דער מלחמה

דער קריג האט אויסגעפלאצט אלס די געשפאנקייט וואס האט געהערשט צווישן מדינת ישראל מיט די אראבישע מדינות בכלל און סיריע בפרט וועגן דער קריג אויף די וואסער־קוואלן פונעם טייך ירדן. אויך איז דער קריג אנטוויקלט געווארן נאך וואס נאסער (פרעזידענט פון מצרים) האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין סיני און פארשיקט פון דארט די יו ען כדי צו אנשרעקן מדינת ישראל.

דער ווארטן פעריאד

איידער מדינת ישראל האט באשלאסן, ארויסצוגיין אין א קריג, איז אבא אבן, מדינת ישראלס אויסערן מיניסטער, געפארן צו די וועלטס לענדער, צו קריגן א דיפלאמאטישן ענטפער, צום קריזיס, פראנקרייך איז געווען פאררעכנט אלס מדינת ישראלס נאנסטער פריינט, און דערפאר איז אבן אהין געפארן, זיך איבעררעדן מיט שארל דע גאל, דע גאל האט געווארנט אבן, אויב מדינת ישראל וועט אנפאנגען דעם קריג. דערנאך איז אבן געפארן קיין ענגלאנד, און קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך געטראפן מיט לינדאן זשאנסאן, דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

לוי אשכול, האט געהאלטן א רעדע פארן פאלק, אויף דעם ראדיא, זיין ראטגעבער האט פאראכטן גרייזן אויפן פאפיר, און אשכול איז צומישט געווארן, נישט פארשטייענדיק וואס ער האט געליינט, און ער האט געשטאלפערט אינמיטן דער רעדע, די פאלק איז געווארן פיל מיט אנגסט און שרעק, זענדיק אז דער פרעמיער אליינס איז דערשראקן, מענטשן האבן מורא געהאט, אז דאס איז נאך א חורבן, און די רבנים האבן מקדש געווען בתי עלמין, מיט א חשבון פון צענדליקע טויזנטער טויטע.

דעמאלט האט דאס פאלק פארלאנגט פון אשכול א פאראייניגטע רעגירונג, פון אלע פארטייען, מנחם בעגין, איז געווארן א מיניסטער, און זיין פארטיי, איז אריין צום ערשטע מאל אין די קאאליציע.

דער אטאקע

דער 5טע יוני, 7:45 אינדערפרי, זענען 180 קאמפס עראפלאנען, פון די מדינת ישראל לופט קרעפן, אנגעקומען אין די סיני האלב אינזל, און באמבאדירט עגיפטישע עראפלאנען, און לופטפעלדער, און מיליטערישע באזעס. ביים ענדיגן די ערשטע פאזע פונעם אטאקע, האבן די מדינת ישראל עראפלאנען אטאקירט ירדן, סיריע, און איראק. די אטאקעס זענען געווען א דערפאלג, און עס האט געגעבן, אן אויבערהאנט פון די לופט פארן ארמיי, און ביי די נאכפאלגענדע אפענסיווע, פון די פיסגייער, און געפאנצערטע קרעפטן, זענען עראפלאנען געפלויגן, און פון די לופט באשיצט פון די פיינט, די פלוצלינגדיגע אטאקע, האט געטוישט די כללים, פון א געווענליכע קריג.

דער עגיפטישער פראנט

א האלבע שעה נאכן אטאקע פון די לופט כוחות, זענען די ערשטע מדינת ישראל זעלנער, אריבערגעשפרייזט קיין סיני, און די עזה שטרייף, די מדינת ישראל קרעפטן זענען באשטאנען פון דריי דיוויזעס, און צוויי זעלבסטשטענדיגע בריגאדעס, די עזה שטרייף איז איינגענומען געווארן אין צוויי טעג, מדינת ישראל טל גענעראל פון א דיוויזיע, איז אין פיר טעג, אנגעקומען צום סועץ קאנאל, איינעמענדיג די צפון סיני. אריק שרוןס דיוויזיע, האט נאך שווערע קאמפן, אויסגערייניגט צענטראל סיני פון עגיפטישע קרעפטן. און שיפן פון אילת מיט ים קרעפטן, האבן איינגענומען שארם א שייך, און פון דארט ארויף קיין צפון מערב זייט פונעם, סיני האלב אינזל,

די מיליטערישע פירער, האבן באפוילן א ריקצוג, פאר אלע עגיפטישע זעלנער, און דאס האט פארגרינגערט, די פארשריט פונעם מדינת ישראל ארמיי, צום סועץ.

די יארדאנישע פראנט

מדינת ישראל האט פרובירט, אין די צייט איידער דעם קריג, צו באיינפלוסן כוסיין קעניג פון ירדן, נישט אריסצוגיין אין א קריג, קעגן מדינת ישראל, געהיימע געשפרעכן זענען אפגעהאלטן געווארן צווישן דער קעניג, און מדינת ישראל דיפלאמאטן. ווי מען האט קלארגעשטעלט פארן קעניג, אז מדינת ישראל האט נישט קיין אינטערעס צו אטאקירן ירדן, אבער אויב ירדן וועט אנפאנגען, וועט מדינת ישראל ארויס אין א קריג, וואס וועט זיין זייער אומאנגענעם.

אבער די 5טע יוני, האט עגיפטן געמאלדן אין אירע מידיע, אז איר מיליטער מאכט פארשריט, און זענען שוין אין מדינת ישראל זעלבסט, דאס האט צוגעברענגט אז ירדן, זאל אנפאנגען א קאמף פון איר זייט, וואס איז בעיקר באשטאנען פון באמבאדירונגען, אין ירושלים, לאטראן געגנט, און רמת דוד פליפעלד, א מיליטערישע פליפעלד. מדינת ישראל האט אטאקירט די מערב ברעג, און מערסנטייל גאר שנעל איינגענומען די שטעט און געגנטער, אין ירושלימע אומגעגנט, זענען געווען שווערע קאמפן, ווי די אמוניציע בארג, אין דריי טעג, איז די גאנצע מערב ברעג, געווען ביי מדינת ישראל אין די הענט.

די סירישע פראנט

אויף די 9טע יוני, שוין נאכן ענדיגן, מיט עגיפטן און ירדן, איז געקומען סיריעס רייע, סיריע האט באשאסן מיט ארטילעריע, די חולה טאל, און פריבירט אטאקירן אין צפון, זיי זענען אבער, צוריק געשטויסן געווארן, דורך זיכערהייטס קרעפן און טאנקען, דוד אלעזר, הויפט גענעראל פונעם צפון פראנט, האט מיט זיבן בריגאדעס אטאקירט די גולן הויכן, און פארדעם "'באווייכערט"' די גולן מיט אטאקעס פון די לופט, און זעלנער האבן איינגענמען די געגנט, ביי די 10טע יוני, איז די קריג געקומען צו אן ענדע, און די מיליטער האט איינגענומען, הר חרמון אויפן זיבעטע טאג פון די מלחמה, אן א קאמף,

יו עס עס ליבערטי

אן אמעריקאנער שיף וואס איז געפארן גאנץ נאנט צום סיני, איז נישט אידענטיפיצירט געווארן דורך מדינת ישראל קרעפטן, און נאכן פרובירן צו קומען אין קאנטאקט עטליכע מאל, האבן די ים קרעפטן, און לופט כוחות, באמבאדירט די שיף. דאס שיף איז ערנסט געשעדיגט געווארן, און צענדליגע אמעריקאנע זעלנער זענען אומגעקומן, נאך א גאנצע טענהריי אויב דאס שיף האט זיך אידענטיפיצירט צו נישט, האט מדינת ישראל באצאלט קאמפענסאציע פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע זעלנער.

מדינת ישראל נאכן מלחמה

מדינת ישראל האט איינגענומען ריזיגע טעריטאריעס, און די לאנד איז געווארן דריי מאל אזוי גרויס, ווי פאר דער מלחמה: דער סיני האלב אינזל, און דער עזה שטרייף, פון עגיפטן; מזרח ירושלים, און די מערב ברעג, פון ירדן; די גולן הויכן, און די חרמון, פון סיריע.

מדינת ישראל האט פארלוירן, נאנט צו 800 סאלדאטן, און בערך 3,000 פארווונדעטע. די אראבישע לענדער האבן פארלוירן א געשאצטע 20,000 סאלדאטן, נאך טויזנטער פארווונדעטע, און געפאנגענע.

פאליטישע קאנסקעווענצן

די סאוויעטישע לענדער, האבן אפגעהאקט זייער דיפלאמאטישע באציונגען, מיט מדינת ישראל, די לענדער פון אפריקע האבן אויך אפגעהאקט זיערע באציונגען, און פראנקרייך האט ארויף געלייגט א וואפן עמבארגא, אויף מדינת ישראל, אסאך לענדער האבן באשולדיגט מדינת ישראל, אין זיין אימפעריאליסטיש, און נוצן צופיל כח.

די מערב וועלט אבער האט געפילט אינעם זיג, נאך א ניצחון פון די מערב קעגן קאמוניזם, וויבאלד די רוסן האבן געשטיצט די אראבער

דער איינפלוס פון דער קריג ביז היינט

ביז היינט עקזיסטירט אין מדינת ישראל א טיפע מחלוקת וועגן דער מלחמה, ווייל די לינקע באטראכטן די רעזולטאטן פון דער מלחמה ווי דעם מקור פון אלע פראבלעמען צווישן מדינת ישראל מיט די אראבישע לענדער און שטעלט אין סכנה די עצם עקזיסטענץ פון מדינת מדינת ישראל. און זיי האלטן אז מדינת ישראל דארף מאכן שלום לויט די דעלעגאציע פון דער אראבישער ליגע לויטן יסוד פונעם סאודישן פלאן.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!