רוי:דוד אלעזר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דוד אלעזר
קבר פון דוד אלעזר

דוד אלעזר ( (27סטן אויגוסט 1925 - 15טן אפריל 1976) איז געווען דער ניינטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה'"ל און דער אנפירער ביי דער יום כיפור מלחמה.

ער איז געבוירן אין סאראיעווא, יוגאסלאוויע 1925, און געקומען קיין ארץ ישראל אין יאר 1940.

ביים זעלבסטשטענדיגקייט קריג האט ער קאמאנדירט אויף א רעגימענט פון דער הראל בריגאדע אין די פלמ"ח.

געווען א גלעצנדע גענעראל, ביי די זעקס טאגיקער קריג איז ער געווען דער גענעראל אויפן צפון פראנט.

א יאר בעפאר דער יו"כ מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער געווארן דער שעף פון גענעראל שטאב, נאכן קריג איז ער געווען דער שעיר לעזאזל פון דער אגראנאט קאמיסיע, און ער האט אפגעטרעטן פון אמט.

צוויי יאר נאכן קריג, איז ער געשטארבן פון א הארץ אטאקע, ווען ער איז געשווימען אין א שווים באסיין, אלט זייענדיק 51 יאר, אין יאר 1976.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!