50 (נומער)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
50 (גאנצע צאל)
דעצימאל 50
אין ווערטער פופציג
סדר'דיגע צאל פופציגסט/ע/ר
גימטריא נ
פאַקטאָריזאַציע
רוימישע צאל
בינארישע צאל 110010
העקס 32
די נו בוכשטאב רעפּרעזענטירט די נומער 50 אין גריכישע נומעראַציע

50 (אין ווערטער: פופציג) איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך 49 און בעפאר 51.

אין מאטעמאטיק

50% איז האלב פון איין גאנצע.
  • 50 איז די קלענסטע צאל וואס מען קען שרייבן ווי די סומע פון צוויי קוואדראטצאלן אין צוויי באזונדערע וועגן: .[1]
  • 50 איז א הארשאד נומער, וואס צעטיילט זיך מיט'ן סך-הכל פון זיינע ציפערן: .[2]
  • 50 פראצענט באטרעפן האלב פון איין גאנצע.

אין וויסנשאפט

אין אידישקייט

  • דער פופציגסטער טאג פון אנהייבן ציילן ספירת העומר איז דער יום טוב שבועות.
  • 50 איז די צאל פון יארן אין א יובל.[3]
  • עס זענען פארהאן 50 שערי בינה; משה רבינו האט זוכה געווען צו 49 פון זיי.[4]
  • חז"ל באשטימען אז ביי די פופציג יאר קען א מענטש ריכטיג ראטן, ”בֶּן חֲמִשִּׁים לָעֵצָה”.[5]
  • שטארבן ביי די פופציג יאר איז א מיתה פון כרת.[6]
  • אין מדרש רבה ווערט געברענגט עטליכע דעות ווען הבל איז אומגעברענגט געווארן, וואס אלע זענען מודה אז ער האט געלעבט נישט מער ווי פופציג טעג.[7]
  • די תיבה איז געווען 50 אמה ברייט.[8]
  • יציאת מצרים ווערט דערמאנט פופציג מאל אין די תורה.[9]
  • אין מדבר זענען געשטעלט געווארן צוועלף טויזנט "שרי חמשים", וואס יעדער פון זיי האט פארוואלטעט איבער פופציג אידן.[10]
  • די הויף פון משכן איז געווען פופציג אמה ברייט.[11]
  • די יריעות פון משכן זענען געווארן באהאפטן מיט פופציג העקעלעך וועלכע זענען אריין אין פופציג שלייפן.[12]
  • די נעמען פון די שבטים אנטהאלטן פופציג אותיות; 25 פון זיי זענען געקריצט געווארן אין איינע פון די אבני שוהם און 25 אין די אנדערע.[13]
  • רחב איז אלט געווען 50 יאר ווען זי האט זיך מגייר געווען.[14]
  • דוד המלך האט געצאלט 50 שקלים פאר ארונה'ס שייער, וואו עס איז שפעטער אויפגעבויט געווארן דער בית המקדש.[15]
  • 50 שקלים איז אויך דער ערך פון אן ערוואקסענער זכר, די העכסטע פון אלע ערכים.[16]
  • א שדה אחוזה ווערט אויסגעלייזט מיט 50 שקלים פאר א פעלד וואו מען קען איינזייען א כור פון גערשטן.[17]
  • דער אונס דארף באצאלן 50 שקלים פאר'ן פאטער פון די מיידל.[18]
  • לויט רבי יוסי הגלילי אין הגדה של פסח, זענען די מצריים געשטראפט געווארן מיט פופציג מכות ביים קריעת ים סוף.
  • די לויים ענדיגן זייער עבודה אין משכן זייענדיג פופציג יאר.[19]
  • אבשלום און אדוניהו האבן זיך געשטעלט פופציג מענטשן וועלכע זאלן לויפן פאראויס וואו זיי גייען.[20]
  • המןתליה איז געווען 50 איילן הויך.[21]
  • נחמיה האט בייגעשטייערט פופציג מזרקות צום בית המקדש.[22]
  • דער געווענליכער שיעור פאר תרומה גדולה איז איינס פון פופציג פון די תבואה.[23]
  • מען שטעלט נישט קיין מתורגמן פאר איינער וואס איז אונטער פופציג יאר אלט.[24]

פארשידנס

רעפערענצן

  1. 50 איז אויך די סומע פון דריי קוואדראטצאלן: ; און פון פיר קוואדראטצאלן:
  2. "Sloane's A005349 : Niven (or Harshad) numbers". The On-Line Encyclopedia of Integer Sequences. OEIS Foundation. Retrieved 2016-05-30.
  3. ויקרא כה, י
  4. ראש השנה כא, ב. לויט ליקוטי תורה פון אר"י, ליקוטי תורה, אויף דברים ג, כו, האט ער יא זוכה געווען דערצו בשעת זיין פטירה, זעט א שמועס אויף אוצר החכמה פארום
  5. משנה, אבות ה, כא
  6. מועד קטן כח, א
  7. בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד'
  8. בראשית ו, טו
  9. ספר הזוהר, פרשת יתרו
  10. רש"י, שמות יח, כא. רבי אברהם אבן עזרא און רבי יצחק אברבנאל ברענגען אנדערע ערקלערונגען
  11. שמות כז, יב
  12. שמות כו, ה–יא
  13. סוטה לו, א
  14. זבחים קטז, ב
  15. שמואל ב' כד, כד. לויט איין דעה אין זבחים קטז, ב איז עס געווען 50 שקלים פון יעדן שבט, פאר א סך הכל פון 600
  16. ויקרא כז, ג; ערכין ז, ב
  17. ויקרא כז, טז
  18. דברים כב, כט
  19. במדבר ח, כה
  20. שמואל ב' טו, א; מלכים א' א, ה
  21. אסתר ה, יד
  22. נחמיה ז, סט
  23. משנה, תרומות ד, ג
  24. חגיגה יד, א
נאטירליכע נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 51 52 53 54
60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000 2,000 10,000 100,000 600,000 1,000,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | קאפרעקאר'ס צאל | גוגאָל | גוגאלפלעקס | גראהאם'ס נומער